Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

פּרעזידענט סמיט

$
0
0

ס׳איז געווען אַ זונטיק פֿאַר ראָש־השנה.

דער שנעלצוג, ניו־יאָרק־שיקאַגע, איז אָנגעלאָפֿן, ווי אַ שד, מיט אַ פֿײַפֿערײַ, מיט אַ סאָפּערײַ. פּאַסאַזשירן האָבן זיך גענומען אַרויסשיטן פֿון די וואַגאָנעס. טייל האָבן זיך געטראָגן צום אַרויסגאַנג, אַנדערע זענען געבליבן שטיין. פֿונעם לעצטן וואַגאָן איז אַרויסגעקומען ר׳ יוסל חזן, אַ געוויקסיקער ייִד, מיט אַ געוויקסיקער, שוואַרצער באָרד, וואָס האָט זיך שוין געגרויט אין די שפּיצן און מיט אַ רבנישן קאַפּעליוש. ער איז געפֿאָרן דאַוונען אויף די ימים־נוראָים צו זײַנע לאַנדסלײַט, צו די מלאַווער. ר׳ יוסל האָט אַוועקגעשטעלט די וואַליז, וואָס ער האָט געהאַלטן אין דער האַנט, און זיך גענומען אַרומקוקן, געזוכט מיט די אויגן די דעלעגאַציע פֿון דער שיל „אַנשי־מלאַווע‟, וואָס האָט אים געדאַרפֿט אָפּוואַרטן. אין דער אמתן האָט זיך ר׳ יוסל געקווענקלט, צי ער זאָל פֿאָרן קיין שיקאַגע. ער איז גיכער געווען אַ חזן אַ „זאָגער‟, ווי אַ זינגער. דערצו אַ חסיד און אַ ירא־שמים. און דאָ אַזאַ ווײַטע נסיעה. די לאַנדסלײַט זענען אָבער צוגעשטאַנען, האָבן באַטראָטן אַ הונדערטער און נאָך אַ הונדערטער. ס׳ווײַב, די קינדער האָבן זיך אַרײַנגעמישט — „פֿאָר יוסל, פֿאָר טאַטע‟ — איז ער געפֿאָרן. איז וווּ זענען די ייִדן, וואָס דאַרפֿן אים אָפּוואַרטן?

די גבאָים פֿון דער שיל „אַנשי־מלאַווע‟, בערל שנײַדער און ברוך קצבֿ, האָבן דערזען דעם ייִד מיט דער באָרד און זיך אַ כאַפּ געטאָן:

— דאָס דאַרף ער זײַן.

— ס׳זעט אַזוי אויס.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>