
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס חנוכּה איז שטענדיק געווען אַ באַליבטער יום־טובֿ בײַ ייִדן, זענען כּמעט אַלע באַקאַנטע חנוכּה־לידער, בפֿרט די אויף ייִדיש, אָנגעשריבן געוואָרן אין אַמעריקע אין די לעצטע 100 יאָר.
דאָס באַקאַנסטע חנוכּה־ליד פֿון זיי אַלע, „איך בין אַ קליינער דריידל‟ איז באַקאַנט אַדאַנק דעם, וואָס עס איז געוואָרן זייער ברייט באַקאַנט אויף ענגליש אין אַמעריקע ווי I Have A Little Dreidel. כאָטש קיינער קען עס ניט באַשטעטיקן אויף זיכער, זעט עס אויס אַז מיכל געלבאַרטס ייִדישן נוסח האָט מען פּשוט געגנבֿעט און פֿאַרוואַנדלט אינעם ענגלישן ליד. די צוויי לידער זענען זייער ענלעך, כאָטש אין געלבערטס ייִדישן אָריגינאַל זינגט דאָס דריידל אַליין וועגן זיך און עס איז געמאַכט פֿון בלײַ. אינעם ענגלישן נוסח מאַכט אַ ייִנגל אַ דריידל פֿון לײם (clay), עפּעס וואָס לייגט זיך ניט בפֿירוש אויפֿן שׂכל אָבער וואָס גראַמט זיך יאָ מיטן ענגלישן play.
Click here for the rest of the article...