Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

לאָנדאָן, פֿאַר וואָס ברענסטו נישט?

$
0
0

די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.

א.

זינט איך לעב, בין איך נישט געווען אויף אַזאַ יאַריד, ווי אין לאָנדאָן. נישט אין לאָנדאָן איז אַ יאַריד, נאָר לאָנדאָן אַליין איז אַ יאַריד. סע קלאַפּט, און סע קלינגט, און סע פֿײַפֿט, און סע טראַסקעט, און מענטשן — מענטשן אַזוי ווי מאָן, אַזוי ווי מוראַשקעס!

פֿון וואַנען נעמען זיך אַזוי פֿיל מענטשן, און וווּהין לויפֿן זיי? אַפּנים, זיי זענען הונגעריק, אָדער זיי האַלטן בײַם אַוועקפֿאָרן. אַנישט, וואָס דאַרף מען זיך אַזוי שטופּן, שלאָגן זיך מיט עלגנבויגנס, אומוואַרפֿן אַ מענטשן און טרעטן אים מיט די פֿיס? איך רעד פֿון פּינין. אונדזער חבֿר פּיני, אויב איר געדענקט, האָט אַ נידעריקע ראיה. דערצו האָט ער אַ טבֿע, ער האַלט דעם קאָפּ אַרויף און פּלאָנטערט מיט די פֿיס. אַ פֿאַטראָגענער מלאך. דער קאָפּ פֿליט בײַ אים. דעם ערשטן ברוך־הבא האָט ער געכאַפּט אויף דער באַן. מיר זענען נאָר אַרויסגעקראָכן פֿון וואַגאָן, האָט זיך שוין געטראָפֿן אַן אומגליק. דער ערשטער איז אַרויסגעלאָפֿן פּיני. איין הויז פֿאַרקאַטשעט, איין זאָק אַראָפּגעלאָזט, דאָס האַלדזטיכל פֿון יענער זײַט — אַזוי ווי תּמיד. איך האָב נאָך פּינין קיין מאָל נישט געזען אַזוי האָפֿעריק. ער האָט געברענט, ווי אויף פּאָקן. ער האָט אָנגעהויבן שיטן מיט מאָדנע ווערטער, ווי זײַן שטייגער איז: „לאָנדאָן! ענגלאַנד! דיזראַעלי! באָקל! ציוויליזאַציע!…‟

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>