Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק

$
0
0

  1. פֿידל

אין מײַן לעבן איז געווען איין יאָר, וואָס ווען איך קוק זיך אום, זעט עס מיר אויס, ווי אַ שמאָל, געל פּאַסיקל אויף די טונקל־רויטע פּאָגאָנעס, נישט ברייטער פֿון מײַן קליינעם פֿינגער. און דאָך פֿלעגט דאָס פּאַסיקל אַרײַנברענגען אין דעם ניט־פּשוטן לעבן פֿון אַ סאָלדאַט אַ דין האָפֿענונג־שטראַלעכל; עס האָט דעם סאָלדאַט צוגעטיילט דעם ראַנג פֿון אַ יעפֿרייטער, און יעפֿרייטער איז שוין נישט אַבי ווער, נאָר דאָס ערשטע טרעפּל אויפֿן לאַנגן לייטער אַרויף צו די גאָלדענע עפּאָלעטן פֿון אַ גענעראַל.

אויף דער אַרמיייִשער שפּראַך האָט מען דאָס דאָזיקע געלע פּאַסיקל גערופֿן “ליטשקאַ”. אויף רוסיש האָט עס אַפֿילו נישט קיין פּינקטלעכן טײַטש, און קאָן מיינען אַ מין צוטשעפּעניש, אַ שטיקל פֿון עפּעס; מיט איין וואָרט — אַ קלייניקייט. אָבער נישט, חלילה, אויף די פּאָגאָנעס פֿון אַ סאָלדאַט. אַ ליטשקע טיילט באַלד אָפּ דעם גרינעם רעקרוט פֿונעם אויסגעפּרוּווטן “גרײַז”, וואָס ווייסט שוין גוט דעם טעם פֿון דער סאָלדאַטסקע קאַשע. אָט די איינציקע שמאָלע ליטשקע גיט דעם סאָלדאַט צו קראַפֿט און אָפּשײַ, מאַכט ברייטער זײַנע אַקסלען, פֿעסטער זײַן שטים, לענגער זײַנע הענט, שטעלט אים נענטער צום קאָמאַנדיר און צו דעם מאָגערן קעסעלע פֿון אַרמיייִשע פּריווילעגיעס…

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>