Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק

$
0
0

דער פֿריִערדיקער טייל

2. האַרבסטיקער פּריזיוו

ווען אײַזיק איז געווען נאָך אַ קליין ייִנגעלע, פֿלעגט ער אויף דער פֿראַגע, וואָס טוט זײַן טאַטע? — ענטפֿערן מיט שטאָלץ: „ער פֿאָרט אין עקספּעדיציעס זוכן גאָלד!” קיין ליגן האָט דאָס קינד נישט געזאָגט, ווײַל אמת גאָלד אין יענע צײַטן איז גרינגער געווען צו קריגן, איידער הילצערנע פֿלעקלעך, אָדער קליינע צוועקלעך־טעקס, אָדער גומען אויף פּאָדעשוועס; וועגן אַ גוט שטיק לעדער — נישטאָ וואָס צו רעדן. דער עקספּעדיטאָר זאַכאַר כײַמאָוויטש האָט אָבער געוווּסט, אַז אויב ער קריגט נישט די סחורה, מאַכט דער שוך־קאָמבינאַט נישט דעם פּלאַן; און אויב דער פּלאַן איז נישט געמאַכט געוואָרן, בלײַבן די אַרבעטער אָן דער קוואַרטל־פּרעמיע. זײַן דירעקטאָר, חבֿר מונטיאַן, אַן אָרטיקער נאַציאָנאַלער קאַדער, וואָס אויף ייִדיש האָט ער גערעדט בעסער ווי אויף מאָלדאַוויש, פֿלעגט אים טאַקע יעדעס מאָל, בײַם אַרויסבאַגלייטן אין אַ נײַער „עקספּעדיציע”, זאָגן: „זעליג, ברידערקע, קיין אַנדער ברירה האָסטו נישט! לייג צו דײַן ייִדישן קאָפּ!” צולייגן האָט מען געזאָלט נישט בלויז דעם קאָפּ, נאָר קודם־כּל, „כאַבאַר” — בפֿירוש אַ מאַטעריאַליסטישער באַגריף, וואָס אויף אים האָט זיך געהאַלטן די גאַנצע סאָוועטישע עקאָנאָמיע.

פֿון זײַנע אָפֿטע עקספּעדיציעס איבערן לאַנד האָט כײַמאָוויטש געמאַכט זײַן אייגענעם אויספֿיר: „כאַבאַר נעמען אַלע! וויכטיק איז — וויפֿל צו געבן און דורך וועמען צו געבן?” נאָך מיט יאָרן צוריק האָט ער זיך אײַנגעפֿירט אַ קליין נאָטיץ־ביכעלע, וווּ ער פֿלעגט אויף זײַן אייגענעם אופֿן, אַז קיין שום „הונט מיט אויערן” זאָל נישט קאָנען דערשמעקן און פֿאַרשטיין, וואָס עס מיינען דאָרט די „קאָטשערעס מיט לאָפּעטעס”, — פֿאַרשרײַבן די וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע: וועמען און וויפֿל; און אין אַ באַזונדער שורה, אונטערן וואָרט „שליסל” — דורך וועמען. דאָס דאָזיקע נאָטיץ־ביכעלע האָט כײַמאָוויטש געהאַלטן אין אַן אָרט, וואָס אַפֿילו מאַניע וואָלט אַהין נישט געקאָנט צוקומען. וווּ? אין קאָפּ! יאָ, אין זײַן „ייִדישן קאָפּ”. אַזוי אַז דער דירעקטאָר, חבֿר מונטיאַן, האָט געוווּסט וואָס ער רעדט.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>