
די פֿון אונדז וואָס זענען אַמאָל געפֿאָרן מיט אַ פּיצל קינד אין אַן עראָפּלאַן ווייסן, אַז דאָס קאָן זײַן אַן אָפּקומעניש, בפֿרט אויב עס הייבט זיך אָן צו וואַרפֿן, וויינען און שרײַען.
וויפֿל איר זאָלט עס נישט פּרוּוון באַרויִקן אָדער סטראַשען, העלפֿט עס ווי אַ טויטן באַנקעס. דערווײַל באַוואַרפֿן אײַך די אַנדערע פּאַסאַזשירן מיט אומצופֿרידענע בליקן, און ס׳איז פֿאַרשטענדלעך: זיי מוזן אויך אויסשטיין די געוואַלדעס, ווײַל ס׳איז נישטאָ וווּהין צו אַנטלויפֿן.
אין אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל לעצטנס אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, אַנאַליזירט ד״ר פּערי קלאַס — אַ קינדער־דאָקטערין און אַליין אַ מאַמע — די פֿאַרשפּרייטע פּראָבלעם. זי פֿאַרגלײַכט אַ וויינענדיק קינד, מיט אַ דערוואַקסענעם פּאַסאַזשיר, וואָס ווערט דענערווירט נאָך דעם ווי דער מענטש, וואָס זיצט פֿאַר אים לענט זײַן בענקל צוריק, שיִער נישט אין זײַן פּנים אַרײַן. אַ דערוואַקסענער קען אויסדריקן זײַן פֿרוסטרירונג מיט ווערטער; אַן עופֿעלע קען נישט, וויינט עס. ס׳קאָנען זײַן פֿאַרשידענע סיבות דערפֿאַר: ס׳טוען אים וויי די אויערן; ס׳גלוסט זיך אים אַרומצוקריכן, אָבער מע לאָזט נישט; די לופֿט האָט עפּעס אַ מאָדנעם ריח; דאָס בײַכעלע טוט וויי, אָדער דער טאָג איז געווען אַ לאַנגער און ס׳איז פּשוט אויסגעמוטשעט.
Click here for the rest of the article...