Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

צוויי לידער לכּבֿוד פּורים

$
0
0

פּורים איז איינער פֿון די פֿריילעכסטע יום־טובֿים אויפֿן ייִדיש לוח און דערפֿאַר ס׳גלוסט זיך צו זינגען. צווישן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער צייכענען זיך אויס צוויי סײַ מיט זייער פּאָפּולעריטעט, סײַ מיט זייער פֿאָלקסטימלעכקייט.

אַזוי ווי אַ סך ייִדישע פֿאָלקסלידער, איז „דער רבי אלימלך‟ אין דער אמתן ניט קיין פֿאָלקסליד, ווײַל מע ווייסט, אַז משה נאַדיר האָט עס אָנגעשריבן אין 1927. אַזוי ווי בײַ אַ סך אַזעלכע פּאָפּולערע ייִדישע לידער, איז עס אָבער פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן און מע האָט עס געזונגען אין פֿאַרשידענע וואַריאַנטן. דאָס ליד אַליין דערמאָנט ניט דעם יום־טובֿ פּורים, אָבער ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס דער רבי אלימלך וואָלט אַזוי זיך אָנגעשיכּורט בײַ אַן אַנדער געלעגנהייט. אינעם דאָזיקן פֿילם זינגען די ברידער לעמער (יעקבֿ, כעסקי און שלום) זייער נוסח פֿונעם ליד אויף אַ חתונה.אויך כּדאַי צו הערן איז דער נוסח

פֿונעם באַקאַנטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן, באַגלייט פֿונעם קלאַרנעט־שפּילער ישׂראל זוהר און אַן אָרקעסטער.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>