Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (פֿיר טייל)

$
0
0

4. פּערזענלעכער באַשטאַנד

אויף צוויי וויכטיקע באַגריפֿן האָט זיך געהאַלטן די ביוראָקראַטישע סטאַטיסטיק פֿון דער רוסישער אימפּעריע: „פּערזענלעכער באַשטאַנד” און „קאָפּ־באַשטאַנד”; און אויב דער ערשטער באַגריף האָט געהאַט צו טאָן מיט דער צאָל צוויי־פֿיסיקע באַשעפֿענישן, האָט דער צווייטער — געפֿירט דעם חשבון פֿון בהמות. דער ערשטער באַגריף האָט זיך אײַנגעוואָרצלט אין דעם מיליטערישן פֿעלד פֿון דעם אימפּערישן לעבן, און דער צווייטער — אינעם ווירטשאַפֿטלעכן. לויט אַלע היסטאָרישע פֿאַקטן האָבן אין רוסלאַנד די בהמישע קעפּ זיך העכער געשאַצט, ווי די מענטשלעכע. די תּקופֿות האָבן זיך געביטן, אָבער די צוויי גרינטלעכע סטאַטיסטישע קריטעריעס זײַנען געבליבן. דער „פּערזענלעכער באַשטאַנד” פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי האָט אַרויסגעוויזן איר שטאַרקייט פֿאַרן שׂונא; און דער „קאָפּ־באַשטאַנד” — האָט געזאָלט באַשטעטיקן אין דער נײַער אימפּעריע איר הויכן ניוואָ פֿון וווילזײַן און זאַטקייט.

אין יענעם ערשטן אינדערפֿרי פֿון זײַן דינסט האָט דער סאָלדאַט אײַזיק כײַמאָוויטש זיך דערוווּסט, אַז ער געהערט צו דעם פּערזענלעכן באַשטאַנד פֿונעם מיליטערישן אָרקעסטער; ער האָט קיין מאָל פֿריִער זיך נישט אַרײַנגעטראַכט אינעם זין פֿון דעם באַגריף — „פּערזענלעכער באַשטאַנד”; פּונקט ווי ס׳האָט אים ווייניק געאַרט, וואָס עס מיינט, „קאָפּ־באַשטאַנד”; שוין אָפּגערעדט פֿון קלערן, אַז ער אַליין קאָן אַ מאָל ווערן אַן איינצל פֿון אַזאַ מין „פּערזענלעכן באַשטאַנד”. דערהערט אָבער די קאָמאַנדע פֿון זײַן קאָמאַנדיר, יעפֿרייטאָר פּאָפּאָוו: „פּערזענלעכער באַשטאַנד — אין סטרוי!” — האָט ער זיך צוגעשאַרט צום עק פֿון דער שיטערער שורה סאָלדאַטן, וואָס זײַנען ערשט מיט אַ מינוט צוריק אַרײַנגעקומען אין דער קאַזאַרמע.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>