Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

יאַנקל און לאה (קאַפּיטל 2)

$
0
0

דער „פֿאָרווערטס‟ הייבט די וואָך אָן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.

דאָס לעבן פֿונעם ישיבֿה־בחור איז אַ באַקאַנטע טעמע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי מע זעט בײַ י. ל. פּרץ, חיים גראַדע און יצחק באַשעוויס זינגער. הגם דער איצטיקער ראָמאַן קומט פֿאָר אין אַ גאָר אַנדער תּקופֿה, שפּיגלט ער אָפּ די אייביקע באַמיִונגען אין דער פֿרומער וועלט צונויפֿצופֿלעכטן מאָדערנע ווערטן מיט ענינים פֿון הלכה, אמונה און טראַדיציע.

דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבויםהאָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.


פֿרוערדיקער קאַפּיטל

„זיבן אײנס אַכט, דרײַ דרײַ זעקס, אַכט און פֿערציק, צװאַנציק. קלינג איר מאָרגן נאָך נײַן אַ זײגער בײַ נאַכט. זי הײסט לאה.‟

װען ער האָט יענעם אָװנט געדרײט דעם טעלעפֿאָן־נומער, האָט יאַנקל געהאַט דאָס געפֿיל, אַז די ציפֿערן זײַנען געװען צופֿעליקע, פּונקט װי דער טעלעפֿאָן זאָל זײַן אַ שפּיל־אױטאָמאַט אין אַ קאַסינאָ. דאָס לעבן איז אַ לאָטערײ, האָט יאַנקל געזאָגט צו זיך אַלײן. מען מוז האַלטן אין אײן שפּילן (כאָטש ער האָט קײנמאָל נישט געהאַט און װעט קײנמאָל נישט האָבן קײן „מזל‟). אַזױ האָט ער זיך געמוטיקט.

„האַלאָ?‟ האָט זיך דערהערט אַ פֿרויען־קול מיט אַן אַקצענט.

„האַלאָ. דאָס איז יאַנקל ראָזענבערג. איך װאָלט געװאָלט רעדן מיט לאהן,‟ האָט יאַנקל געזאָגט.

„איך װעל זי צורופֿן.‟

יאַנקל האָט געקוקט אױף די טעלעפֿאָן־נומערן אױף דער װאַנט. צוגעטשעפּעט איבער אַנדערע צעטלעך — אַ פֿליבלעטל פֿון „הצלה‟, דער ייִדישער אַמבולאַנס־באַדינונג, און אױפֿשריפֿטן װעלכע האָבן געװאָרנט קעגן דעם װי געפֿערלעך ס׳איז דאָס לערנען װעלטלעכע לימודים און גײן אין אוניװערסיטעט פֿאַרן גײַסטיקן לעבן פֿון אַ ייִד. דאָס מאָל האָט דאָס פֿליבלעטל געהעצט קעגן טוראָ־קאַלעדזש.

עס איז געװען 1985 און די ברוקלינער קנאָים זײַנען געװען אין פֿולן ברען פֿון אַרונטעררײַסן די מינדסטע אַדאַפּטירונג צו מאָדערנקײט, רופֿנדיק צוריקצוקערן זיך אין 12טן יאָרהונדערט אַרײַן. אַפֿילו אין די ענגע, שטרענג פֿרומע קרײַזן פֿון דער ישיבֿה האָבן אַלע געװוּסט, אַז די קנאָים זײַנען געװען צעדרײטע.

אַזוי האָט זיך יאַנקל פֿאַרטראַכט, װען ער האָט דאָס ערשטע מאָל דערהערט לאהס הױך, מײדליש קול — אַ צוציִעװדיק קול. אָבער נאָך אַ סך יאָרן פֿון טרעפֿן זיך מיט פֿרױען װאָס מען האָט אים צוגעשדכנט, האָט יאַנקל זיך אױסגעלערנט נישט צו לײגן קײן אַכט אױף דער קװאַליטעט פֿון אַ קול. אַ ייִד טאָר ניט חתונה האָבן מיט אַ פֿרױ ביז ער זעט זי ניט, האָבן די תּלמידי חכמים געזאָגט, אַפֿילו אױב בײדע צדדים זײַנען מסכּים — װי עס פֿלעגט טרעפֿן אין די אַלטע צײַטן. אַפֿילו מיט 2,000 יאָר צוריק האָבן די חכמים געטעהנט, אַז אַ מאַן מוז אָנקוקן אַ פֿרױ כאָטש אײן מאָל מיט די אײגענע אױגן אײדער ער האָט מיט איר געקענט חתונה האָבן. דאָס איז נישט געװען קײן געשעפֿט־אָפּמאַך; ס׳איז װיכטיק זי צו זען. פֿון זען קומט ליבשאַפֿט.

און יאַנקל האָט מסכּים געװען מיט די רבנים פֿון דער גמרא, װײַל װי װײניק ער האָט זיך דערלױבט צו זען, איז אים גאָרנישט געפֿעלן. נישט װײַל ער איז איבערקלײַבעריש און געװאַרט אױף אַ „שאָנהײט‟. פֿאַרקערט. װאָס ער װיל — נײן! װאָס ער דאַרף (אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל!) — איז אַ קוק טאָן אַ מײדל אין פּנים אַרײַן און ניט פֿילן קײן קאָנפֿליקט, קײן אױפֿרעגונג. אָבער װאָס זאָל מען טאָן? ער מוז חתונה האָבן. צו בלײַבן אַ בחור איז נישט געװען קײן ברירה פֿאַר אַ ייִד, שוין אָפּגערעדט — אַ רבֿ. און ער איז שױן געװען אַכט און צװאַנציק.

אַ ייִד װאָס לעבט אָן אַ װײַב לעבט אָן פֿרײד, אָן ברכה און אָן גוטסקײט. אַזױ שטײט אין דער גמרא. אױ, אַ בראָך! ער קען פּשוט ניט. פֿון די צענדליקער פֿרױען װאָס ער האָט שוין געטראָפֿן איז נישט קײן אײנע אים געװען הײמלעך. ער האָט פֿאַר זיך אַלײן געפּרוּװט פֿאַרשטיין זײַנע געפֿילן: „איך קוק אױף איר. עס װערט מיר נישט גוט. דערפֿאַר, נאַטירלעך, מוז איך אױפֿהערן צו קוקן. דאַן פּרוּװ איך נאָך אַ מאָל. נישטאָ קײן מנוחה.‟

זײַנע רבנים האָבן געפּרוּווט פּועלן בײַ אים, ער זאָל זיך דורכרעדן מיט אַ פּסיכאָלאָג, אָבער יאַנקל האָט נישט געהאַלטן, אַז עפּעס איז דער מער. אַ מאַן מוז געפֿעלן װי אַ פֿרױ זעט אױס, האָט ער צו זיך געזאָגט. דאָס הײסט נישט פּאַטאָלאָגיע. פֿונדעסטװעגן, נעמענדיק אין אַכט זײַן עלטער און דאָס, װאָס ער האָט ביז איצט נישט מצליח געװען צו געפֿינען קײן פֿרױ, האָט ער פֿון צײַט צו צײַט אַ טראַכט געטאָן, אַז אפֿשר איז יאָ עפּעס דער מער מיט אים. דאָס איז אַלץ בײַ אים געװען אַן אָנגעװײטיקטע מיסטעריע װאָס האָט אַרומגעכאַפּט זײַן האַרץ אין אַ כראָנישער קראַנקײט.

ער האָט אָבער ניט אויפֿגעגעבן די האָפֿענונג. די שדכנטע, מרים, דאָס װײַב פֿון אַן עלטערן קאָלעגע, האָט אים אַ פּנים ליב געהאַט. עס איז געװען אַ חידוש פֿאַר אים וואָס פֿונעם ערשטן מאָל וואָס ער האָט זי געטראָפֿן, האָט ער זיך געפֿילט פֿרײַ מיט איר.

פֿאַקטיש, האָט זיך אים געדאַכט, אַז זי איז קײנמאָל נישט מיד געװאָרן פֿון אַראַנזשירן פֿאַר אים שידוכים. די צרה איז, אַז די מײדלעך מיט װעלכע זי האָט אים באַקאַנט, אַפֿילו די, װעמען ער איז געפֿעלן, האָבן מיט װײטיק איר געזאָגט: „עפּעס איז דער מער מיט אים. ער איז ניט מיט אַלעמען.‟ אײן שפּירעװדיקע פֿרױ האָט מרימען געזאָגט: „ער זעט, אָבער ער קוקט נישט, און װען ער קוקט, זעט ער נישט. ס׳איז מאָדנע. ס׳איז װי ער װאָלט נישט געקענט טאָן בײדע זאַכן מיט איין מאָל.‟

דער אמת איז, אַז זי איז גערעכט. ער האָט שױן פֿון לאַנג באַשלאָסן נישט צו קוקן אויף אַ מיידל װען טרעפֿט זיך מיט איר װײַל װען ער האָט יאָ געקוקט — װאָס ער זאָל נישט האָבן געזען — אַ שײנקײט, אַ מיאוסקייט, װאָס־עס־זאָל־נישט־זײַן, איז ער אָפֿט מאָל געבליבן פּריטשמעליעט. ס׳איז גרינגער נישט צו קוקן. אַזױ האָט ער זיך געפּײַניקט. אַנדערע שדכנטעס װאָלטן אים אפֿשר קריטיקירט פֿאַר דעם, אָדער לכל־הפּחות געפּרוּװט אים לערנען ווי צו טאָן ריכטיק אָבער פֿון מרימען האָט ער נישט געהערט אַפֿילו קײן ברעקל נעגאַטיװקײט. זי האָט אים קיין מוסר נישט געזאָגט און טאַקע דערפֿאַר איז ער איר געװען שטאַרק דאַנקבאַר.

„זי איז נישט די ריכטיקע,‟ פֿלעגט ער איר אָפּגעבן אַ באַריכט נאָכן טרעפֿן זיך מיט אַ מײדל.

„האָסט אַ קוק געטאָן אױף איר?‟ פֿלעגט מרים פֿרעגן. „זי איז אַ קראַסאַװיצע!‟

„איך האָב גענוג געקוקט — מיט אײן אױג, אָבער נישט מיט צװײ. מיט אײן אױג האָב איך גענוג געזען צו װיסן, אַז זי איז נישט דאָס װאָס איך זוך.‟

„נישט דאָס…‟ האָט די שדכנטע נאָכגעזאָגט. „זאָרג זיך נישט, װען דו װעסט געפֿינען דײַן באַשערטע, װעלן מיר בײדע װיסן.‟ אין אַ קורצער צײַט אַרום האָט זי אים פֿאָרגעלײגט נאָך אַ יונגע פֿרױ, װאָס קאָן זײַן פּאַסיק פֿאַר אים. יאַנקל האָט נישט פֿאַרשטאַנען פֿון װאַנען קומט צו דער שדכנטע אַזאַ גוטסקײט. „זי מוז זײַן אַ צדקת זיך אָפּגעבן מיט אַזאַ לא יצלח װי איך,‟ האָט ער געטראַכט, כאָטש אַלע האָבן געװוּסט, אַז זי איז געװען די סאַמע פֿעיִקסטע פֿון די היימישע שדכנטעס אין גאַנץ ברוקלין.

המשך קומט

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>