Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (זעקסטער טייל)

$
0
0

6. די אַרמיייִשע טאָג־טעגלעכקייט

דער הויכער צאַם, אַן ערך צוויי מיט אַ האַלב מעטער, פֿון ווײַסן אויסגעפֿורעמטן קאַלכ­ציגל־„קאָטעלעץ”, האָט אַרומגעכאַפּט די גאַנצע טעריטאָריע פֿונעם גאַרניזאָן ХУ 7631, און האָט מסתּמא אויסגעזען פֿון אויבן, פֿון דעם שטיק הימל, וואָס האָט זיך געשפּרייט איבער אים, ווי אַ מין פֿעסטונג, אָדער אַ מיליטעריש שטעטל פֿאַר זיך אין דער שטאָט N, וווּ עס גייט אָן אַ באַזונדער לעבן, מיט אירע אייגענע געזעצן, שטייגער, וואָכעדיקייט און פּאַראַדן. די אַלטע צוויי־שטאָקיקע בנינים פֿון די קאַזאַרמעס, סקלאַדן, מיליטערישן שפּיטאָל, ווי אויך די קלע­נערע בײַ־ווירטשאַפֿטלעכע געבײַדעס זײַנען דאָ אויפֿגעבויט געוואָרן נאָך אין די צײַטן פֿון דער רוסישער אימפּעריע; וועגן דעם האָט עדות גע­זאָגט דאָס יאָר — 1906 — בולט אָנגעוויזן אויבן, כּמעט אונטערן דאַך פֿון יעדן בנין. דערנאָך, נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען דאָס שטעטל N, ווי אַ טייל פֿון בעסאַראַביע, איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿונעם רומענישן קעניג, איז אויך די טעריטאָריע פֿונעם גאַרניזאָן אַריבער אונטערן רשות פֿון דעם רומענישן קעניגלעכן מיליטער. דעם 28סטן יוני 1940, איז בעסאַראַביע ווידער געוואָרן אַ טייל פֿון אַן אימפּעריע, אָבער שוין דער סאָוועטישער אימפּעריע, און אין די אַלטע קאַזאַרמעס, אָפּגעפֿרישט און אָפּגעקאַלכט, אַרומ­געפּוצט מיט אַגיטאַציע־פּלאַקאַטן, האָבן זיך אַרײַנגעצויגן די נײַע באַלעבאַטים, אָפֿיצערן און סאָלדאַטן פֿון דער רויטער אַרמיי…

אונדזער „גרינער” בירגער, אײַזיק כײַמאָ­וויטש, צוגעשריבן צו דעם אַרומגעצאַמטן מי­לי­טערישן שטעטל, האָט זיך באַקענט מיט דער געשיכטע פֿון זײַן נײַער היים פֿאַרן ברענ­גען די שבֿועה אויפֿן פּלאַץ, וווּ ס’האָבן זיך צונויפֿ­געזאַמלט אַלע „סאַלאַגעס” פֿון זײַן פּריזיוו. ער האָט שוין געוווּסט דעם גאַנצן בלוטיקן וועג פֿון דער גוואַרדיע־N־סקער דיוויזיע בעת דער „גרויסער פֿאָטערלענדישער מלחמה”, וואָס האָט פֿאַרענדיקט אירע שלאַכטן אין אונגערן. ער האָט געקענט אָנרופֿן די נעמען פֿון אַלע פֿינף סאָלדאַטן — העלדן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועל­כע האָבן געקעמפֿט אין דער זעלבער דיוויזיע, און אָפּגעגעבן זייערע יונגע לעבנס, אַז אַזעלכע „נישט־טויגערס און בולוואַנען”, ווי די „גרינע” זײַנען ביז אַהער געווען, „זאָלן קאָנען זיך באַנוצן מיטן וווילזײַן, וואָס דאָס סאָוועטישע פֿאָלק, אין שפּיץ מיט דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, טראָגט זיי צו אויף אַ טעלערל מיט אַ בלוי קאַנטיקל!” — אַזוי פֿלעגט זיי לערנען שׂכל קאַפּיטאַן כאָריאָק, דער הויפּט פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם „באַזונדערן אָפּטייל” בײַם דיוויזיע־שטאַב; דערבײַ פֿלעגט ער צוגעבן: „אָבער זײַט רויִק, דאָ וועט מען פֿון אײַך מאַכן לײַט! פֿון דאַנען וועט איר שוין אַרויס עכטע פּאַטריאָטן פֿון אונדזער פֿאָטערלאַנד!”

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>