
דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.
דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבויםהאָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:
יאַנקל האָט נישט אָפּגעלאָזט. „האָסטו אַ מאָל באַמערקט די גליקלעכע פּנימער פֿון די לאָטערײ־געװינערס צעשפּרײט איבער די בלעטער פֿון דער ניו־יאָרק פּאָסט און אַנדערע געלע שמאַטע צײַטונגען? נאָך אַ פּאָר חדשים לײענט מען, אַז זײ צעשײדן זיך מיט זײערע װײַבער אָדער מענער, און מען הערט אױף צו רעדן מיט די קרובֿים. אַזױ פֿירן זיך די גױים און די פֿרײַע ייִדן.‟
„פֿון דעסטװעגן, האָב איך ליב צו געװינען,‟ האָט לאה פּשוט געזאָגט.
„כ׳וועל דיר זאָגן דעם אמת,‟ האָט ער זיך מודה געװען, „כ׳האָב אַליין קײנמאָל גאָרנישט נישט געװוּנען. אפֿשר װעט דאָס דיר העלפֿן זיך פֿילן בעסער װעגן דײַן שװעסטער.‟ זי האָט גרינג אַ לאַך געטאָן און דערבײַ אים לײַכטער געמאַכט דאָס האַרץ נאָך זײַן פֿריִערדיקער ערנסטקײט.
Click here for the rest of the article...