
דער „פֿאָרווערטס‟ האָט לעצטנס אָנגעהויבן דרוקן אין וואָכנדיקע המשכים דעם ראָמאַן, „יאַנקל און לאה‟, וועגן אַ ייִדיש־רעדנדיקן ישיבֿה־בחור און זײַן מיידל אין ברוקלין בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס „יאַנקל און לאה‟ ווערט פּובליקירט אין אַ צײַטשריפֿט.
דער מחבר, שמעון ישׂראל פֿויערמאַן, האָט אָנגעשריבן דעם אָריגינאַל אויף ענגליש און פּערל טייטלבויםהאָט אים איבערגעזעצט אויף ייִדיש.
צו לייענען דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטל, קוועטשט דאָ:
אין אַ פּאָר מינוט אַרום האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ קלײנער עולם. „ברענג מיר אַ רן און דעם טור,‟ האָט יאַנקל אױסגערופֿן. ער האָט פֿאַרזשמורעט די אױגן קוקנדיק אױף דער קלײנער שריפֿט אױף די ראַנדן. פֿינף און אַכציק פּראָצענט פֿון די תּלמידים אין דער ישיבֿה האָבן געטראָגן ברילן. נישט קײן װוּנדער. „מען קען דעם ענין באַטראַכטן אױף עטלעכע אופֿנים…‟ האָט ער אָנגעהױבן.
עמעצער האָט צוגערוקט אַ בענקל. דער ייִד מיט דער געלער באָרד האָט װידער גענומען אָנצינדן און פֿאַרלעשן זײַן צינדערל. אַנדערע זײַנען אויך צוגעקומען זיך צוצוהערן. „דער עיקר איז דאָ די קשיא: אין װאָס באַשטײט דאָס פֿאַרװערן עסן טריפֿס? איז דאָס עסן טריף אַלײן פֿאַרװערט, צי איז פֿאַרװערט דאָס געניסן פֿון צונויפֿמישן טריפֿס מיט כּשרס? אמת, דו האָסט געטרונקען די מילך, אָבער צוליב דעם װאָס דער טעם פֿון דער מילך איז קאַליע געװאָרן װײַל ס׳איז אַרײַן אַ ביסל טריפֿענע מילך, האָסטו נישט דווקא גענאָסן דערפֿון. אין דעם גײט עס,‟ האָט יאַנקל געזאָגט. „לכל הפּחות אַזױ איז עס לױטן רן.‟
„אָבער דער סכום מילך איז דאָך גרעסער געוואָרן,‟ האָט דער ייִד מיט דער געלער באָרד זיך אַקעגנגעשטעלט. „פֿריִער איז געװען פֿופֿציק גאַלאָן מילך און איצט — זעכציק!‟
Click here for the rest of the article...