Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (זיבעטער טייל)

$
0
0

7. די קאַפּריזן פֿון וועסנע־צײַט

ווי הויך דער צאָם אַרום דעם שטח פֿונעם מיליטעריש שטעטל זאָל נישט געווען זײַן, און ווי שטרענג האָט דער אוסטאַוו פֿון דעם סאָלדאַטסקיע רעזשים נישט באַגרענעצט דאָס לעבן פֿון די יונגע לײַט, האָט די נאַטור — סײַ די מענטשלעכע און סײַ די געטלעכע — זיך געריסן, אויסער די אײַנגעפֿירטע קאַזיאָנע דלת אמותן, אויף דער פֿרײַ; אַ קיצור, ס’איז געקומען וועסנע, און קיין שום פּריקאַז — אַפֿילו, ווען ס’וואָלט אים אַרויסגעלאָזט דער שוץ־מיניסטער, מאַרשאַל גרעטשקאָ, — איז נישט מסוגל געווען אָפּצושטעלן דעם קנאָספּן־קנאַק אויף די ביימער אינעם שטאָטישן פּאַרק, אָדער צו פֿאַרלייגן די געהיימע לעכער און שפּאַרונעס אינעם צאָם אַרום דעם גאַרניזאָן. דאָרט, אינעם פּאַרק, האָט געעפֿנט דעם סעזאָן דער אָפֿענער טאַנץ־פּלאַץ, באַקאַנט ווי „סקאָוורעדע”, צוליב זײַן קײַלעכדיקער פֿלאַכער פֿאָרעם. אַהין, אויף די קלאַנגען פֿון די פּאָפּולערע לידער און טענץ, זײַנען זיך אין די פֿאַרנאַכטן צונויפֿגעקומען ייִנגלעך און מיידלעך, אַרויסצולאָזן די היץ און פּאַרע, אָנגעזאַמלט פֿאַרן ווינטער.

דאָס נאָך קילבלעכע אַפּריל־ווינטל פֿלעגט אַרײַנוואָרפֿן דורך די אָפֿענע פֿענצטער־פֿאָרטקעס פֿון די קאַזאַרמעס שטיקער קלאַנגען פֿון יענע סענטימענטאַלע מעלאָדיעס, אָדער ריטמישער מוזיק, געבראַכט פֿון דער „סקאָוורעדע”, ווי רייצנדיקע ליבע־קוויטלעך פֿון דער פֿרײַער וועלט, און צעשטערן דעם אײַנגעשטעלטן רעזשים, לויט וועלכן, נאָכן ענד־סיגנאַל, מוזן די סאָלדאַטן גיין שלאָפֿן.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>