
די וואָך ברענגען מיר אײַך דאָס ליד „אין מײַן שטעטל‟, אויך באַקאַנט ווי „בײַ דעם שטעטל‟, געזונגען פֿון לאָרין סקלאַמבערג אויפֿן קינדער־קאָמפּאַקטל „די גרינע קאַטשקע‟, אַרויסגעגעבן אין 1997 פֿון דער אָרגאַניזאַציע Living Traditions. דאָס ליד האָט אָנגעשריבן דער בעסאַראַבער שרײַבער זלמן ראָזענטאַל (1892 — 1959), וועלכער האָט אָפֿט צוגעגעבן פֿאָלקס־מעלאָדיעס צו זײַנע קינדער־לידער.
צווישן אַנדערע זינגערס האָט משה אוישער דאָס ליד רעקאָררירט אין די 1950ער יאָרן אין זײַן רומעניש־ייִדישן סטיל, וואַס האָט געפּאַסט פֿאַר דער מעלאָדיע. אוישער האָט אין דעם ליד צוגעגעבן דעם נאָמען פֿון זײַן אייגענער טאָכטער, פֿריידעלע, וועלכע איז אויך געוואָרן אַ באַקאַנטע זינגערין.
Click here for the rest of the article...