Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

הײַנט איז יאָרצײַט…

$
0
0

דער הימל איז הײַנט אַזוי גרוי, קיין ביסעלע בלוי, טויטע שטילקייט הערשט אַרום
די פֿייגל זינגען ניט, קײן לידער קלינגען ניט,
ס׳רירט זיך ניט קײן גראָז,
אַ שלעכטע בשׂורה האָט געבראַכט דער װינט.

אַראָפּגעלאָזט די קעפּ שטײען די רויזן,
און די װײַסינקע בעריאָזקעס,
די גאַנצע נאַטור טרויערט
צוזאַמען מיט אונדז.
ס׳לאָזט זיך גאָר ניט גלויבן.
ס׳לאָזט זיך גאָר ניט גלויבן…

איינזאַם זיץ איך בײַ מײַן פֿענצטער,
כ׳נעם די פּען נישט הײַנט אין האַנט
און עס דאַכט זיך מיר, איך זע זיי,
די דערמאָרדעטע פּאָעטן,
און זיי מורמלען שטיל און בעטן:
„זײַ אונדז מוחל, ייִדיש לאַנד!
געזינדיקט קעגן דיר, געזינדיקט,
און באַצאָלט דערפֿאַר אַ פּרײַז…
דערשאָסן דײַנע זין, דערשאָסן,
אין די קעלערן פֿון לוביאַנקע,
בלויז די ערד האָט דאָס געזען,
װי די מערדער, אָן רחמנות,
האָבן אונדזער בלוט פֿאַרגאָסן”.

פֿאַרשטומט די לירע פֿון מאַרטירער,
פֿאַרשװוּנדן איז זייער געביין,
נישט קיין קבֿר, נישט קיין קדיש,
קיין מצבֿה אויך נישטאָ.

װוּ רוען אײַערע בײנער, ווייסט נישט קיינער,
בלויז די װענט פֿון לוביאַנקע װייסן דעם אמת,
און שװײַגן, אַזוי פֿיל יאָרן שװײַגן זיי,
אַזוי פֿיל יאָרן…

ס׳זינגט ניט פּרץ מאַרקיש מער זײַן ליד,
ס׳קלינגט ניט פֿעפֿערס שטים:
„איך בין אַ ייִד”
פֿאַרשטומט משה קולבאַקס ליד:
„געזען האָב איך ייִדישע װערטער,
װי פֿײַערלעך קלײנע…”
פֿאַרשטומט דוד בערגעלסאָן, לייב קװיטקאָ,
אַלע „פֿאַרשטומט”…. װײן, מײַן פֿאָלק, װײן!
באַװײן דײַנע זין!

אומגעבראַכט די ייִדישע פּאָעטן,
די צירונג פֿון מײַן פֿאָלק, די קרוין,
ניט אין טויט־לאַגערן, ניט אין געטאָס,
אין „פֿרײַען” לאַנד פֿון די סאָװעטן.
שפּאָט און שאַנד! שפּאָט און שאַנד!
װידער ביסטו, ייִד, דער קרבן.

אָ, מערדער גרויזאַמער!
אויף דײַן געװיסן איז זײער בלוט,
אויף דײַן געװיסן.
באַזונגען דיך, געגלויבט אין דיר,
געװען געטרײַ דיר ביז צום לעצטן אָטעם
און „דו” געציטערט האָסט פֿאַר זייער שאָטן,
אַלע אומגעבראַכט.
דאָס ייִדיש ליד דערשטיקן איז דיר נישט געלונגען,
דער טויט האָט דיך אַליין פֿאַרשלונגען,
זיך צוקוקן מער נישט געקענט.
אַלץ האָט אַן אָנהייב און אַ סוף…
הײַנט איז יאָרצײַט, לאָמיר זאָגן קדיש!
לאָמיר זאָגן קדיש!

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>