
פֿאַראַכטאָגן איז אויסגעפֿאַלן 100 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם באַליבטן ייִדישן שרײַבער שלום־עליכם אין ניו־יאָרק. ווי ער האָט אַליין געבעטן אין זײַן צוואה, וועלן זונטיק, דעם טאָג פֿון זײַן יאָרצײַט, זיך פֿאַרזאַמלען גרופּעס ייִדן איבער דער גאָרער וועלט, כּדי צו לייענען פֿון זײַנע ווערק און אָפּגעבן כּבֿוד זײַן אָנדענק. פֿאַרשטייט זיך, אַז די יערלעכע צערעמאָניעס און פֿאָרלייענונגען זענען הײַנט אַ סך ווייניקער אין צאָל און קלענער אין פֿאַרנעם ווי זיי זענען אַמאָל געווען. דער פֿאַקט, אָבער, אַז די פּראָגראַמען גייען אָן ווײַטער איבער דער גאָרער וועלט, יאָר אײַן יאָר אויס, ניט געקוקט אויף די אַלע שטרויכלונגען פֿון דער געשיכטע, זאָגט עדות, וויפֿל די ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן האָבן שלום־עליכמען ליב געהאַט און ווי אַזוי מע פֿאַרגעסט אים ניט, אַפֿילו 100 יאָר נאָך זײַן טויט.
אויב מע בלעטערט דורך די אַרכיוון אין די ביבליאָטעקן, קען מען געפֿינען אומצאָליקע אָביעקטן, פֿאַרבונדן מיט שלום־עליכמען, אַרײַגערעכנט זײַנע פּערזענלעכע בריוו, מאַנוסקריפּטן און אַפֿילו די פֿעדער און טינטער, מיט וועלכע ער האָט געשריבן. מע דאַרף, אָבער, אין ערגעץ ניט פֿאָרן, כּדי צו געניסן פֿון די אוניקאַלע רעקאָרדירונגען, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן לעבן און שאַפֿן פֿונעם באַליבטן ייִדישן קלאַסיקער. אָט זענען אַ ריי אינטערעסאַנטע רעקאָרדירונגען און פֿילמען, וואָס מע קען דערפֿילן, ווי גרויס איז געווען די ליבע, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט פֿאַר אים געהאַט.
Click here for the rest of the article...