Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

אַז דער פֿידל שווײַגט, פּויקט די פּויק (אַכט טייל)

$
0
0

8. אַ באַזונדערס געפֿערלעכע פּערזאָן

נאָך אונדזער לעצטער טרעפֿונג מיט זינאָטשקען האָב איך מער קיין אָפּלאָז־שײַן נישט באַקומען. נישט, חלילה, ווײַל פּראָפּאָרשטשיק קריוואָמאַז האָט איבערצײַגט דעם מאַיאָר, אַז עס קומט מיר נישט אַזאַ סטימוליר־באַלוינונג, צוליב מײַן נישט אויסטויגערישקייט בײַם וואַשן דילן; דער באַפֿעל אָפּצושטעלן דאָס אַרויסגעבן מיר די זונטיקדיקע אָפּלאָז־שײַנען איז געקומען פֿון דעם זעלבן מקור, פֿון וועלכן ס’איז פֿריִער אַרויסגעקומען די קאָמאַנדע זיי מיר אויסצושרײַבן, פֿון דעם אַלמעכטיקן “פֿימקע־דעפֿיציט”. ווי ס’האָט גלײַך באַמערקט סטאַרשינאַ גובײַדולין: די ליבע איז אַוועק, די אוגערקעס פֿאַרוועלקט! אייגנטלעך, איז דאָך קיין ליבע דאָ נישט געווען: יעדער צד האָט דערוואַרט צו האָבן דערפֿון זײַן ביסל נוץ; חבֿר זעלצער — סײַ “אָפּרײַסן” זײַן איינציקע טאָכטער פֿון דעם נישט־געוווּנטשענעם חתן אירן, סײַ צונויפֿפֿירן זי מיט אַ “באַלעבאַטישן חבֿרה־מאַן”. זינאָטשקע, ווי זי האָט עס מיר דערקלערט, האָט דורך מיר געוואָלט ווייכער מאַכן איר טאַטנס האַרץ, איידער זי אַנטפּלעקט אים “אירע פּלענער”. און כאָטש איך אַליין האָב אין דעם “וואָדעוויל” געשפּילט די ראָלע פֿון אַ לעמישקע, האָב איך מײַן חלק פֿון נוץ זיך אויך פֿאַרדינט. קודם־כּל, האָב איך פֿאַרבראַכט צוויי זונטיק־אָוונטן צוזאַמען מיט אַ סימפּאַטיש און פּראַקטיש מיידל; און צווייטנס, בין איך געוואָרן אַ “נאַשבראַט” מיט זייער אַ וויכטיקער פּערזאָן אינעם גאַרניזאָן ХУ 7631, מיט “פֿימקע־דעפֿיציט”. 

ווי אַ מיליטערישע דיוויזיע, האָט דער גאַרניזאָן ХУ 7631 געדאַרפֿט זײַן שטענדיק גרייט אָפּצושלאָגן די אַטאַקעס פֿונעם פֿײַנט. “ערשט אין די פֿרידלעכע צײַטן מוז מען האַלטן די אויערן אָנגעשפּיצט און די אויגן אָפֿן”, — האָט דעם אָרקעסטער דערקלערט קאַפּיטאָן כאָריאָק, אַ מיטלוווּקסיקער פּאַרשוין מיט שמאָלע ליפּן און צוויי קליינע קנעפּל־קײַלעכדיקע אויגן פֿון אַ טכויר, וואָס מיינט טאַקע אויף רוסיש דאָס חיהלע “כאָריאָק”, פֿון וועלכן עס קומט אַרויס דעם קאַפּיטאַנס פֿאַמיליע־נאָמען. קאַפּיטאַן כאָריאָק איז געווען נישט סתּם אַן אָפֿיצער; ער איז געווען דער הויפּט פֿון דעם “באַזונדערן אָפּטייל” בײַם דיוויזיע־שטאַב, וואָס האָט געהאַלטן אַן אויג אויף יעדן און אויף אַלץ. וועגן אים אַליין פֿלעגט מען שטילערהייט זאָגן, אַז צום שטינק פֿון דעם “כאָריאָק־טכויר” שמעקט זיך צו אַפֿילו דער קאָמאַנדיר פֿון דער דיוויזיע.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles