Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

וואָס זשע איז אַזוינס דאָס אַמעריקע?

$
0
0

זיי זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן, די צען טשערעמעיעווער, פֿון ברוקלין, פֿון בראָנקס, פֿון וויליאַמסבורג, פֿון דאַון־טאַון, פֿון באָראָ־פּאַרק און פֿון בראָנזוויל. מיט פֿיל נײַגעריקייט, מיט גרויס בענקשאַפֿט, מיט ציטערניש און פֿלאַטערניש.

ס׳ווילט זיך זען איינער דעם אַנדערן. מע האָט אַזוי פֿיל דורכגעמאַכט פֿאַר די לעצטע צוויי יאָר. און אויף דער שיף האָבן זיי דאָך זיך געהאַלטן צוזאַמען, ווי אייגענע ברידער. וואָס איז געוואָרן פֿון יעדן איינעם? ווי אַזוי קוקט אויס דער און יענער? מע וועט אויך זען גאָלע היימישע ייִדן. אַזוי פֿיל היימישע ייִדן זײַנען פֿאַר די לעצטע יאָרן געפֿאָרן קיין אַמעריקע פֿון טשערעמעיעוו. אייניקע פֿון די צען לאַנדסלײַט געדענקען נאָך זייער קלאָר יענעם אינדערפֿרי, ווען פּיני מוטשניק איז אָפּגעפֿאָרן פֿון טשערעמעיעוו קיין אַמעריקע… יענעם אינדערפֿרי: דאָס גאַנצע שטעטל שטייט פֿאַר פּיני מוטשניקס הויז. די פּיניכע האַלט אין איין וויינען. די קינדערלעך קוקן מיט דערשראָקענע פּנימלעך… פֿײַוויש דער בעל־עגלה האַלט קוים אײַן די פֿערד. פּיני מוטשניקס רויטע באָרד איז פֿול מיט יסורים… ער וואַרפֿט דעם לעצטן בליק צו זײַן ווײַב, צו זײַנע קינדערלעך, און נאָך אַ מאָל צו זײַן ווײַב. ער וואַרפֿט דעם לעצטן בליק צו די ייִדן פֿון שטעטל. ער פֿאָרט קיין אַמעריקע, פּיני מוטשניק… קיין אַמעריקע, פּיני מוטשניק… קיין אַמעריקע פֿאָרט ער…

וואָס זשע איז אַזוינס דאָס אַמעריקע? האָט מען דעמאָלט געטראַכט…

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>