Image may be NSFW.
Clik here to view.
Clik here to view.

בונדיסטן איבער דער וועלט האָבן לעצטנס געפּראַוועט 120 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון זייער באַוועגונג. אין ס׳רובֿ ייִדישע ייִשובֿים האָבן די פֿײַערונגען כּמעט אויסשליסלעך פֿאָקוסירט אויף דער פֿאַרגאַנגענהייט. אין מעלבורן, אָבער, וווּ עס געפֿינט זיך אַן אַקטיווע בונדיסטישע קהילה מיט אַ טאָגשול, אַ ביבליאָטעק און רײַכע קולטורעלע פּראָגראַמען, איז די פֿײַערונג געווען אַ באַווײַז, אַז די טראַדיציעס פֿון דער באַוועגונג ציִען זיך דאָרטן ווײַטער צום ייִנגערן דור.
ווי אַ טייל פֿון אָט דער פֿײַערונג האָבן דודי רינגלבלום און זײַן זון הלל פֿאָרגעלייענט חנה ראָזענפֿאַרבס רירנדיק ליד וועגן דער ראָלע וואָס דער „בונד‟ האָט געשפּילט אין איר משפּחה־געשיכטע און ווי אַזוי די באַוועגונג האָט געווירקט אויף איר לעבן בכלל.
Click here for the rest of the article...