
דער ייִדישער שרײַבער אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש האָט אָפּגעגעבן זײַן לעבן צו באַשרײַבן די פֿילפֿאַרביקע פּערזענלעכקייטן פֿון עמך און פֿון דער אונטערוועלט אין ווילנע ערבֿ דעם חורבן.
אין דעם ווידעאָ דערציילט ער, למשל, וועגן דעם ייִדישן גאַסנמיידל, תּמרה די הויכע; דעם פֿרעסער אַבֿרהם מאָסעווסקי, און דעם משוגענעם חזן גדל׳קע וואָס פֿלעגט אַרײַנזינגען ניגונים אין אַ טשײַניק כּדי זיי צו באַהאַלטן ביז פּסח.
„וועגן ווילנער גאון וועט מען נאָך שרײַבן דיסערטאַציעס און פֿאָרשונגען, און ד״ר מאַקס ווײַנרײַך איז פֿאַראייביקט אין דער געשיכטע וועגן דעם ייִדישן לשון,‟ דערקלערט קאַרפּינאָוויטש אין דעם פֿילם. „נאָר וואָס וועט מען טאָן מיט אַזאַ תּמרה די הויכע, וואָס איז געווען די איינציקע אויפֿן ראַנד פֿון דער פֿאַרניכטונג־גרוב אויף פּאָנאַר, וואָס האָט זיך ניט אויסגעטאָן? די דײַטשן האָבן זי אַוועקגעהרגעט אָנגעטאָן אין איר קליידל. דאָס איז געווען איר איינציקער פּראָטעסט וואָס זי האָט געקענט אויסדרוקן. און זי האָט דורך דעם אפֿשר געראַטעוועט דעם כּבֿוד פֿון דער ייִדישער פֿרוי. פֿאַר וואָס זאָל אַזאַ תּמרה פֿאַרגעסן ווערן?‟
דער דאָזיקער דאָקומענטאַר־פֿילם איז איינער פֿון צען, אין וועלכע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור רעדן אָפֿן־האַרציק וועגן זײַער לעבן. די פֿילמען זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע ווי אַ די־ווי־די סעריע מיטן נאָמען, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟.