
אין תּוך פֿון דער געשיכטע ליגט אַ לעכל — נישט אין אַ זאָק, למשל, אָדער אין אַ פּלויט, אונטערצוקוקן, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ די שכנים אין הויף; נאָר אַ לעכל אין אַ פּויק, וואָס צוליב דעם איז שיִער נישט פֿאַרשטערט געוואָרן אַ משפּחה־שׂימחה.
אין די מיט 1950ער האָט מײַן פֿעטער איזיע חתונה געהאַט מיט מײַן מומע פּאָליע. נאָך אַזאַ מלחמה און שחיטה אויף ייִדן האָט די צאָל קרובֿים געקלעקט אויף איין זשמעניע, און צו מאָל דאָס אויך נישט. פֿונעם חתנס צד, האָט מײַן זיידע געהאַט אַ שוועסטער אין טשערנאָוויץ, וואָס האָט געפֿירט מיט מײַן באָבען אַ רוגז נאָך פֿון פֿאַר דער מלחמה; און די באָבע אַליין האָט געהאַט צוויי ברידער. פֿון דער כּלהס צד איז געווען נאָר איר מאַמע. כּמעט די גאַנצע משפּחה איז פֿאַרברענט געוואָרן אינעם פֿײַער פֿון דער מלחמה; זיי ביידע, אָבער, האָבן געהאַט מזל. וואָס זשע? דער מומע פּאָליעס טאַטע איז געווען אַ פֿאַרמעגלעכער ייִד, האָט מען אים, בשעת די סאָוועטן זײַנען אין 1940 אַרײַנגעקומען אין בעסאַראַביע, באַלד אַרעסטירט — און אַ סוף. זײַן פֿרוי מיט דרײַ קינדער האָט מען פֿאַרשיקט ווײַט אויף צפֿון; דאָס נײַע היימלאַנד איז דאָך געווען ריזיק־גרויס אין אַלע עקן. די צוויי קלענערע קינדער זײַנען שוין אין יענער אייביק פֿאַרפֿרוירענער ערד געבליבן ליגן, און די מומע פּאָליע מיט איר מאַמען האָט מען נאָך סטאַלינס טויט דערלויבט זיך אומצוקערן אין די מקומות, פֿון וואַנען מ’האָט זיי „אויפֿגעהויבן‟.
האָט דער זיידע געזאָגט: „מיר איז גענוג מע זאָל שטעלן אַ חופּה מיט לעקעך און בראָנפֿן.‟ מײַן פֿעטער האָט עס שטיל אויסגעהערט און אויף אַ קול געזאָגט: „די וועלט וועט עס נישט פֿאַרשטיין!‟ דער זיידע האָט זיך, אַפּנים, פֿונעם זונס ווערטער נישט זייער איבערגענומען, ווײַל ער האָט געענטפֿערט: „וואָס דײַן וועלט האָט די ווערט, ווייס איך שוין… צוריק גערעדט, טוט וואָס איר ווילט, אָבער אַ חופּה זאָל מען שטעלן!‟ — און ער האָט שוין מער קיין וואָרט נישט פֿאַרלוירן.
די רשימה געסט האָבן צונויפֿגעשטעלט די באָבע מיט מײַן מאַמע. אַ צעטל פֿאַרבעטענע פֿרײַנד און מיטאַרבעטער האָט זיי דערלאַנגט דער פֿעטער; צווישן זיי זײַנען אַרײַן אויך צוויי חבֿרטעס דער מומע פּאָליעס און איר מאַמעס אַ שוועסטערקינד, וואָס האָט געוווינט אין לעמבערג, און ס’איז נישט קלאָר געווען, צי ער וועט בכלל קומען.
Click here for the rest of the article...