Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

די שוועסטער בערי — אין קאָנצערט

$
0
0

די שוועסטער בערי (מערנאַ 1923־1976 און קלייר 1920־2014) זענען מסתּמא געווען די סאַמע פּאָפּולערסטע זינגער פֿון ייִדישע לידער אין דער אַמעריקאַנער געשיכטע. די שוועסטער, וואָס האָבן פֿון דער היים געהייסן מיני און קלאַראַ בייגלמאַן, זענען פּאָפּולער געוואָרן אַ דאַנק זייער אַרבעט אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „ייִדישע מעלאָדיעס אין ׳סווינג׳‟ פֿון 1937 ביז די 1950ער יאָרן, אויף וועלכער זיי האָבן געזונגען ייִדישע פֿאָלקסלידער אין אַ דזשעז־סטיל און פּאָפּולערע אַמעריקאַנער לידער אויף ייִדיש.

כאָטש די שוועסטער בערי זענען הײַנט באַקאַנט אַ דאַנק זייערע 11 אַלבאָמען, זענען זיי געווען באַרימט פֿאַר זייערע קאָנצערטן — זיי האָבן זיך אויסגעצייכנט ווי פֿאַרווײַלערינס מיט זייער עלעגאַנטן סטיל און ריזיקע אָרקעסטערס. אָט קענט איר זען אַ זעלטענעם פֿילם פֿון אַ קאָנצערט זייערן, אין וועלכן זיי זינגען דאָס פּאָפּולערע ליד „נו, זאָג מיר שוין ווען‟, אָנגעשריבן פֿון אַלכּסנדר אָלשאַנעטסקי אין 1935 פֿאַר זײַן אָפּערעטע „וואָס מיידלעך טוען‟ מיט מאַלי פּיקאָן.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Latest Images

Trending Articles



Latest Images

<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>