
איך וויל זיך אפרופן אויף הערשל גלעזערס ארטיקל: ״ר׳ נחמן האָט קיין מאָל נישט גערופֿן זײַן היים ברעסלאָוו״.
יידיש אלס א שפראך איז באשאפען געווארן ״אינטערנאציאנאל״. יעדע מדינה האט זיך דערין זיינע אויסדרוקן. מען קען נישט אפמאכן א כלל אויף יעדן ווארט אין דער יידישער שפראך. כאטש מען וויל זייער שטארק דאס טאן איז עס ווערטלאז. אין אונגארן האט מען גערופען דאס שטעטל ״בראסלוב״ און אזוי רופט עס אן דער ערשטער סאטמאר רבי יואל טייטלבוים אין זיין ספר ״ויואל משה״ (ח״ב סי׳ ק״נ).
איך קען נישט זיין קיין פוסק ביי וועלכן נאמען עס אנצורופען. וואס וועט שוין זיין אז איך וועל יא ארויסזאגן דעם פסק, וועט מען מיך דען הערן? דער פאקט מיט אונזער יידישער שפראך, איז: דער שפראך-רעדער פארעמט אויס די שפראך. עס קענען קומען פראפעסארן, יידיש-שפראך געלערנטע, זאלן זיי אויפצייגן פון שכל, פון קבלה, פון מסורה, פון די תורה, אז דאס ווארט איז נישט אויטענטיש, אויב דער המון עם רעדט עס ארויס אזוי, וועט עס אזוי בלייבן.
Click here for the rest of the article...