Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

„זאָג ניט קיינמאָל‟

$
0
0

צוליב דעם וואָס עס פֿאַלט באַלד אויס דער 75סטער יאָרטאָג פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד שטעלן מיר דאָ אַרויף פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿון הירש גליקס „פּאַרטיזאַנער הימען.‟

ס׳איז דאָ פּשוט צו פֿיל צו דערציילן אין אַ קליין אַרטיקעלע וועגן דעם ליד און דעם גורל פֿון די, וועלכע האָבן עס לכתּחילה געזונגען אין ווילנער געטאָ. די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ליד און פֿונעם מחבר הירש גליק (1922—1944) האָט מען אין ערגעץ ניט דערציילט אויף אַ געהעריקן אופֿן. עס וואַרט אויף דעם באמת אַ גאַנץ בוך, צי אַפֿילו, אַ האָליוווּד־פֿילם.

מע קען זיך אָבער יאָ צוהערן צו די גבֿית־עדות פֿון אַ געוועזענער פּאַרטיזאַנערין פֿון ווילנער געטאָ, וואָס האָט גוט געקענט הירש גליק און וואָס איז געווען איינע פֿון די ערשטע צו הערן זײַן ליד. רחל מאַרגאָליס (1921—2015) איז אויפֿגעוואַקסן אין ווילנע. בײַם אָנהייב פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע איז איר געלונגען זיך צו באַהאַלטן בײַ אַ קריסטלעכער משפּחה אויף דער אַרישער זײַט. אין 1942 האָט זי אָבער באַשלאָסן, אַז זי קען ווײַטער ניט לעבן אָפּגעריסן פֿון איר משפּחה און די אַנדערע ווילנער ייִדן און איז פֿרײַוויליק צוריק אַרײַן אין געטאָ, וווּ זי האָט זיך אין גיכן אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון דער „פֿאַראייניקטער פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע‟ צוזאַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווער, אַבאַ קאָוונער, שמערקע קאַטשערגינסקי און די אַנדערע ווילנער פּאַרטיזאַנער. זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה, קעמפֿנדיק אין די וועלדער אַרום ווילנע, און איז דאָרט געבליבן נאָכן קריג, וווּ זי האָט געקראָגן אַ דאָקטאָראַט אין ביאָלאָגיע און געלערנט אין אַן אָרטיקער מיטלשול. זי האָט אויך געהאָלפֿן מיטצוגרינדן דעם ווילנער חורבן־מוזיי און האָט אָפֿט באַזוכט איר היימשטאָט נאָך דעם, וואָס זי האָט עולה געווען קיין ישׂראל, כּדי צו לערנען ייִדיש־סטודענטן און די אָרטיקע ייִדן וועגן דעם אַמאָליקן ירושלים ד׳ליטא און וועגן אירע איבערלעבונגען ווי אַ פּאַרטיזאַנערין.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>