Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

צו די פּוילישע ייִדן!

$
0
0

אין אַפּריל 1958 איז מאָטל מורשטיין, אַ לעבן געבליבענער פֿון פּיעסק, בײַגעווען אַ הזכּרה־צערעמאָניע אין וואַרשע לכּבֿוד 15 יאָר זינט דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד. אין דער בראָשור פֿון דער פּראָגראַם האָט ער געלייענט אַ ליד פֿונעם פּוילישן פּאָעט, וולאַדיסלאַוו בראָניעווסקי, Zydom Polskim (צו די פּוילישע ייִדן). דאָס ליד איז אים אַזוי געפֿעלן געוואָרן אַז ער האָט עס לעצטנס איבערגעזעצט אויף ייִדיש ווי אַן אופֿן אָפּצומערקן דאָס 75סטע יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד.

צו די פּוילישע ייִדן

פֿון די פּוילישע שטעט און שטעטלעך
הערט מען ניט געשרייען פֿון ייאוש
זיי זענען געפֿאַלן אַזוי ווי אַ קאַמפֿס באַטאַליאָן
די וואַרשעווער פֿאַרטיידיקער פֿון געטאָ.

מײַנע ווערטער זענען אין בלוט אײַנגעטונקען
און מײַן האַרץ אין אַ גרויס געוויין
פֿאַר אײַך די פּוילישע ייִדן
אַ פּוילישער וואָגלענדיקער פּאָעט.

איר האָט אויפֿגעהויבן אַ שטיין
און געוואָרפֿן אויף דעם קאַנאָנען־וואַרפֿער
וואָס האָט אָנגעשטעלט זײַן האַרמאַט
צו צעשטערן אײַער הויז אין גאַנצן.

די יורשים פֿון די מכּבייער
אויך איר זײַט פֿעיִק צו שטאַרבן
און אָנהייבן אַ קאַמף אָן שום האָפֿענונג
אין סעפּטעמבער באַגינען.

איר האָט וואָס מען דאַרף אויסצוקריצן
ווי אויף אַ מצבֿה אין פּוילישן זכּרון
אַ בשותּפֿותדיק הויז האָט מען אונדז רויִנירט
און דאָס בלוט פֿאַרגאָסענע פֿאַרברידערט אונדז.

ס׳פֿאַראייניקט אונדז די עקזעקוציע־וואַנט
ס׳פֿאַראייניקט אונדז דאַכאַו און אָשוויענטשים
יעדער קבֿר אָן אַ נאָמען
און יעדע קראַטע אין טורמע

צוזאַמען וועט אַ לײַכט טאָן דער הימל
איבער דער חרובֿער וואַרשע
ווען מיר וועלן פֿאַרענדיקן מיט אַ נצחון
אונדזער בלוטיקן פֿיליאָריקן קאַמף.

יעדער מענטש וועט באַקומען פֿרײַהייט
אַ שטיקל ברויט און רעכט
און אויפֿקומען וועט איין ראַסע — די העכסטע!
מענטשן איידעלע און נאָבעלע.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767


<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>