Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

מוזיק־ווידעאָ: „געפֿילטע פֿיש‟ מיט אַ מעקסיקאַנער טעם

$
0
0

ס׳איז הײַנט אַ זעלטענע זאַך צו זען אַ נײַעם מוזיק־ווידעאָ פֿאַר אַ ייִדישן ליד וואָס מע האָט געשאַפֿן מחוץ דער חסידישער וועלט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז אַזאַ ווידעאָ זאָל קומען פֿון לאַטײַן־אַמעריקע.

מיט צוויי יאָר צוריק האָט זיך אָבער באַוויזן פּונקט אַזאַ ווידעאָ: דער מעקסיקאַנער חזן משה מענדלסאָן האָט אַרויסגעלאָזט אַ חנעוודיקן ווידעאָ, אין וועלכן ער שטעלט פֿאָר איזידאָר ליליענס פּאָפּולער ליד „געפֿילטע פֿיש.‟ צוליב דעם וואָס מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אין דער שטאָט מעקסיקע, הערט מען סײַ די השפּעה פֿון דער קהילהס ליטווישע וואָרצלען, סײַ די השפּעה פֿונעם הײַנטיקן מעקסיקע. דער מאַרק אויף וועלכן מענדעלסאָן פֿאָרט, למשל, איז זייער אַנדערש פֿון אַ מאַרק אין ניו־יאָרק, שוין אָפּגערעדט פֿון די ערטער, וווּ זײַנע באָבעס האָבן געקויפֿט פֿיש אין מיזרח־אייראָפּע. ווי עס פּאַסט פֿאַר מעקסיקע סערווירט מען דעם פֿיש צוזאַמען מיט אַ שאַרפֿן פֿעפֿער. דערצו איז די מוזיק אַליין אַנדערש: עס באַגלייט חזן מענדעלסאָן אַ „מאַריאַטשי‟־קאַפּעליע מיט שטאַרקע טרומייטן.

ניט געקוקט אויף דער מעקסיקאַנישקייט פֿונעם פֿיש און פֿון דער מוזיק, פֿאַרמאָגט מענדלסאָנס ליד אַן עכטן ייִדישן טעם און אַן אוניקאַלן חן, וואָס קומט פֿונעם געמיש פֿון די צוויי קולטורן.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles