Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
דער באָבעס אײַנקויף־וועגעלע
סענדי אַליסע נאָוואַק
ווען מײַן באָבע איז ניפֿטר געוואָרן אין ניו־יאָרק אין די 1980ער יאָרן, האָב איך געירשנט איר אײַנקויף־וועגעלע. וווינענדיק אין אַ דירה, האָב איך עס גענוצט צו ברענגען די וועש אין וועשערײַ און בײַם אײַנקויפֿן שפּײַזן. לעצטנס האָב איך עס געניצט צו פֿירן זאַכן איבער מײַן שטעטל אין מאַסאַטשוסעטס, כּדי איך זאָל זיך נישט אָנשטרענגען.
יעדעס מאָל וואָס איך האָב גענוצט דאָס וועגעלע, האָב איך זיך דערמאָנט אין די מעשׂיות וואָס דער טאַטע פֿלעג מיר דערציילן — ווי די באָבע פֿלעג גיין אין מאַרק, וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט לעבעדיקע הינער און וווּ די קונים האָבן אַליין געפֿליקט די פֿעדערן. מײַן באַליבטסטע מעשׂה איז וואָס דער טאַטע האָט קינדווײַז צו מאָל זיך ניט געקענט באָדן, ווײַל די באָבע האָט געהאַט געקויפֿט אַ פֿיש וואָס איז נאָך געשווימען אין דער וואַנע.
במשך פֿון 35 יאָר איז מײַן באָבעס וועגעלע געווען מײַן שטענדיקער באַגלייטער און איך האָב געשמייכלט צו זיך, קלערנדיק אַז איך גיי נאָך די פֿוסטריט פֿון דער באָבען אַחוץ מיט איין פּרט: איך קויף נישט קיין לעבעדיקע פֿיש אָדער נאָר־וואָס געשאָכטענע הינער, נאָר גיכער פֿאַרפּאַקט כּשר עסנוואַרג. דאָך, פֿיל איך זיך זייער נאָענט צו דער באָבען ווען איך גיי אויף דער גאַס מיטן וועגעלע.
אַז די רעדער האָבן אָנגעהויבן סקריפּען, האָט מײַן טאַטע אָדער מײַן חבֿר זיי באַשמירט מיט אייל. די צוויי הינטערשטע רעדער האָבן זיך שוין אויסגעריבן נאָך מיט יאָרן צוריק אָבער האָבן זיך נאָך אַלץ געדרייט, אַפֿילו אין די שניי־בערגלעך דאָ אין ניו־ענגלאַנד.
הײַנט קען מען דאָס וועגעלע שוין מער ניט פֿאַרריכטן. הייסט עס, ס׳האָט זיך געשלאָסן אַ תּקופֿה? חלילה! די זכרונות וועלן בלײַבן בײַ מיר אויף אייביק.