Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

ווידעאָ: וואָס וועט אַ ייִד ניט טאָן צופֿרידנצושטעלן זײַן ווײַב?

$
0
0

לעצטנס האָט ד׳׳ר דובֿ־בער קערלער באַזוכט ישׂראל, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיט צוויי מענטשן וואָס ער קען שוין לאַנגע יאָרן — אלי שאַרפֿשטיין, וואָס האָט ווי אַ קינד אין ווילנע קאָמפּאָנירט מוזיק צו אַ ליד געשריבן פֿון ד׳׳ר קערלערס טאַטן, יוסף קערלעראון שאַרפֿשטיינס טאַטן, הירשל.

הירשל, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן לעבן ווילנע און געקעמפֿט אין דער סאָוועטישער אַרמיי, האָט פֿאַר זײַן גאַסט רעציטירט שלום־עליכמס מאָנאָלאָג „גימנאַזיע‟, אין וועלכן אַ ייִד, פֿאָלגנדיק זײַן פֿרוי, טוט אַלץ מעגלעך איבערצוצײַגן די גימנאַזיע־פֿירער צו דערלויבן זײַן זון זיך דאָרט צו לערנען.

אלי שאַרפֿשטיין פֿירט אָן מיט אַ „יוטוב‟־קאַנאַל פֿון ווידעאָס, וווּ זײַן טאַטע דערציילט וועגן זײַנע קינדעריאָרן, זײַן דערציִונג אין אַ ייִדיש־שפּראַכיקער שול און זײַנע מלחמה־איבערלעבונגען.

אַן אָפּקלײַב פֿון די ווידעאָס קען מען זען דאָ:

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>