Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

פּענשאַפֿט: מיר זוכן

$
0
0

שחרית

די פֿייגל דאַוונען שחרית מלא־חן
אויף כּלערליי אופֿנים, ליכטיק קלאָר
מיט זייער זינג־געזאַנג די ליכט צעשפּרייט
די פֿליגל פון דערוואַכונגען קאַיאָר

אַ נײַער טאָג איז ווי אַ נײַער נס

און דער געזאַנג פֿון פֿייגל איז אַן אות

אַז וווּנדערלעך ז’דער אָנקום פֿון מעת־לעת

ווי אַ באַנײַטע אויסשפּראָצונג פֿון גראָז.

און גלייבן ווילסט ס’עט תּמיד זײַן אַזוי
 אַז פֿײגל תּפֿילה אייביק קלינגען וועט 
ווען צווישן שײַן און אומשײַן עטוואָס גרויט


דער דראַנג צו סאַמע פֿרי פֿון טיפֿער שפּעט. די פֿייגל טרעלן ווײַטער, בענטשן טוי
 דער יונגער אינדערפֿרי איז מער ניט גרוי

ווינטער

א

דער ווינטער ווי קאַלט ר’זאָל ניט ווערן
די וויוגע די בייזע, דער פֿראָסט –
זיי וועלן ניט קענען צעשטערן
די ליכט וואָס צו מיר דו דערטראָגסט

די שטערן, קאָן דאַכטן, געהערן
ניט מיר און ניט דיר, און פֿאַרדראָס
וויל אונדזער ממשות פאַרשטערן
און פֿאָרט בלויז פֿאַר דיר ז’יעדער אות

וואָס כ’טו פֿון מײַן האַרצן אויסשרײַבן
מיט זוניקן שטראַל אויפֿן שניי
און כ’ווייס אַז די אויפֿשריפֿט וועט בלײַבן
וועט אויסשטיין דעם גרעסטן זאַוויי

דער ווינטער אַלץ שאַרפֿער און שאַרפֿער
נאָר אים איבערלעבן באַדאַרף מען.

ב

ס’איז אַ בייזער ווינטער איצט אין דרויסן
און אין שטוב איז גראָד אַ זומער היץ
און די שפּורן פֿונעם פֿרילינג בויגזאַם
טוען שאַרף און הילכעדיק אַ בליץ

צווישן חגאס זיך צעהעלט אַ יום־טובֿ
וואָס אין לוח איז ער גאָר ניטאָ
וויי־און־ווינד מגולגל ווערן קאָנטיק
אין אַ רגע גליק פֿון חיי־שעה

און דו קוקסט אויף מיר מיט שיינע אויגן
פֿון אַ לויטער האָפֿענונג וואָס בליט
און דײַן בליק דערמונטערט קאַלטע שויבן

ביז דער פֿראָסט פֿון זיי ווערט אויסגעגליט
בייזע וויוגע טוט אַ פֿײַף אין דרויסן…
קאָן זי דען צעשטערן אונדזער ליד?

על־פּי נס

זיי האָבן זיך געטראָפֿן על־פּי נס
און על־פּי גזר דער גורל זיי צעשיידט איצט
צי וועלן זיי געדענקען ביז צו לעצט
ווי ס׳האָט בײַ זיי צעברענט זיך דער גן־עדן

אַ זאַפֿטיק רײַפֿן עפּל האָט זי אים
מיט ציטערדיקע הענט געטאָן דערלאַנגען
געטרונקען ביר און בראָנפֿן שטיל, אינטים
אַלץ על־פּי דין, אָן קרומע, בייזע שלאַנגען

און ס׳האָט די ליכט פֿון שמייכל זיי באַשײַנט
אויפֿקלערנדיק דעם תּכלית פון פֿאַרלאַנגען
און ס׳האָט געדאַכט ס׳עט אייביקן דער הײַנט

בעת זיי האָבן באַשאַפֿן נײַע קלאַנגען
זיי האָבן זיך געטראָפן על־פּי נס
און בלײַבן ביז צו לעצט אין אים געפֿאַנגען

מיר זוכן

מיר זוכן אַלץ פֿאַרשידענע סימנים
פֿאַרגעסנדיק צו קוקן זיך אין פּנים

און אַז מע קוקט אַמאָל אַרײַן אין שפּיגל
דערשפּירן מיר קוים־קוים דעם סקריפּ פֿון וויגל

מיר זענען גיריק אויפֿנעמען סיגנאַלן
אַז סוף־כּל־סוף ניט אַלץ ווערט באַלד פֿאַרפֿאַלן

און צווישן וואָרן חלום און עמפּיריק
פֿאַרגלעטן מיר די עפּישקייט מיט ליריק

און ס’דאַכט צו־מאָל עס וועט נאָך אונדז געראָטן
באַפֿרײַען האַרץ־און־שׂכל פֿון פֿאַרבאָטן

און אַז די פֿרײַהייט וועט ניט זײַן קיין הפֿקר
און אַז די אויסלייזונג ניט זײַן דער שחטער
ווער ווייסט, ווער ווייסט, קאָן זײַן מירן געפֿינען
סימנים קלאָרע פֿונעם ריינסטן זינען

דער ים אין יפֿו

דער ים איז הײַנט צעיושעט און צעכוואַליעט

עס קאָכט אין אים אַן אומרו מלא חימה

און ער איז גרייט פֿאַרפֿלייצן ברעגן אַלע
און חרובֿ מאַכן שטיבער, הײַזער, היימען



זײַן מוראדיק געשריי איז אומגעהײַער

זײַן ווירבלדיק געדריי איז רוי און שרעקיק

נאָר שטיינער וואַרטן שטיל אויף כוואַליעס נײַע

דער ברעג בלײַבט זעלטן־רואיק און האַרטנעקיק


טאָ וועמען זאָלסט געטרויען אינדערמיטן

אינצווישן ווילדן קאָך און שטאָלצער שלווה

בעת ביידע דיך באַגײַסטערן און זאַלבן
בעת יעטווידער טוט גריסן דיך און וויטען

ניין, מע באַדאַרף דאַ קיינעם ניט געטרויען
בלויז אײַנזאַפּן אין זיך די רײַפֿקייט רויע

אַ ליד

אַ לידער־קלעטער, צי אַ לידער־פֿלי

צו־מאָל אין שפּעטסטער שפּעט

ווען ס’ווערט שוין גראָד גאַנצפֿרי

צו־מאָל אינמיטן גאַנג פֿון גיכן טאָג 


וואָס זשאַלעוועט אַ גלעט

קיין צײַט ער ניט פֿאַרמאָגט

אַ לידער־וואונדער, צי אַ לידער־וווּנד

אַ פֿלאַם אַ קוועלכל וועקט

אַ הימל גרייכט צום גרונד

אַ לידער־אָטעם, צי אַ לידער־גרוס

אין יעדן וואָרט עס שטעקט

די מעגלעכקייט פֿון מוז

אַ ליד־געזאַנג, צי גאָר אַ ליד־געשריי

פֿון טיפֿער פֿרייד, פֿון וויי

ליבשאַפֿט

דו ביסט מײַן פֿרײַהײַט און מיין קנעכטשאַפֿט

אין העלן נאָכקלאַנג פֿון פֿרימאָרגן

אין שפּעטע נעכט פֿון זון פֿאַרבאָרגן

קעגן אוממעגלעכקייט פֿון עכטשאַפֿט

דו ביסט מײַן איינציקער זכּרון

מײַן איין־און־איינציקע דערמאָנונג

אין דער מלוכה פֿון געדענקשאַפֿט

מײַן גרויסער אוצר וואָס טוט מאָנען:

עס לויפֿן טעג, עס לויפֿן יאָרן

נאָר ניט אַנטלויפֿן וועט די ליבשאַפֿט

אַ קנאַפּע סגולה איז די קלוגשאַפֿט

אויב ס’גייט דער שׂכל דיר פֿאַרלאָרן

דו ביסט דער בראָך וואָס ווערט אַ ברכה

ווי וועל איך קאָנען לעבן נאָך אים

און אַז דער פֿידלער אויפֿן דאַך…

און דער פֿידלער אויפֿן דאַך

האָט זיך פּײַקלדיק צעלאַכט:

טראַ־כאַ־כאַ, טראַ־כאַ־כאַ

טראַ־כאַ־כי־כי, כאַ־כאַ־כאַ

און דער קוימען מיט די סטרעכעס

צימבלדיק גענומען דעכען:

טראַלי־כאַ, טראַלי־כאַ

טראַלי־טרילי, כאַ־כאַ־כאַ

בלויז ר’ טבֿיה מיט זײַן פֿערדל

שמייכלט שטיל אַרײַן אין בערדל:

שמייכל־שמע, שמייכל־שמע

שׂכל־שמייכל, שאַַ־שאַַ־שאַ

איבער אַלעמען פֿאַרספֿייקעט

דרעמלט וואַך שלום־על־בניכם:

ביימער־בום, מענטשן־מום

שטעט און קבֿרים – רעשיק שטום

אָט אַזאַ מין “אויפֿן דאַך”

האָט די וועלט פֿאַר אונדז פֿאַרטראַכט

אויפֿן הימל אַ יאַריד

פֿריילעך אומעטיקט דער ייִד

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>