Quantcast
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

בײַם פֿעטער אין שטוב

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

בײַם פֿעטער אין שטוב איז אַלצדינג אַנדערש ווי בײַ אונדז. דאָרט שפּילט אַ פֿייגעלע, אין אַ שטײַגל. אין אונטערשטן קובישיקל שלאָפֿט אַ ווײַסער קראָליק. די בריק איז אויסגעשאָטן מיט דינעם זאַמד, ווי עפּעס אַ העראָגליף־שריפֿט… די צייכנס פֿון די קראָליק־פֿיסלעך זענען געצוקטע אונטערשריפֿט. עס האָבן געשמעקט פֿריש געברענטע קאַווע־בעבלעך, און השׂכּלה. אין פֿעטערס שטוב האָט אויך געשמעקט פֿיאָלקע־וואַסער, און ברונעעלענע פֿרויען־שיכלעך, און צוויי פֿישביינען פֿון אַ „מידער‟ (קאָרסעט) זענען געלעגן אויף אַ באָנבאָנערקע.

דער פֿעטער האָט אַרומגעשפּאַנט מיט לאַנגע בוזשיק־פֿיס איבער דער שטוב, אַרײַנגעקוקט אין אַלטע דײַטשע ביכלעך, געזיפֿצט און אַוועקגעלייגט. מיר איז אײַנגעפֿאַלן, אַז דער פֿעטער שפּילט אַ ליבע, נישט נאָר מיט מאַריאַשן (ווי מענטשן זאָגן), וואָס האָדעוועט קעץ און רעדט דײַטש, נאָר אויך מיט די דײַטשע ביכלעך.

דערזען ווי איך גיי אים נאָך פֿון הינטן, מיט די הענט אונטערן רעקל, אַרויף און אַראָפּ, ווי אַ שאָטן, בלײַבט ער שטיין, גלעט צו די רויטע באָרד צום פּנים, גיט אַ צי מיט זײַנע נאָזלעכער, צי די קאַווע זידט שוין אין סאַמיוואַרל, און שטעלנדיק אויפֿן טיש צוויי בויכיקע שעלעכלעך, גיט ער אַ זאָג:

— „אַ תּכלית! זײַן טאַטע זוכט פֿאַר אים אַ תּכלית… יאָרדאַק מיט שלעכטער לופֿט. בילדונג מיט קאַליע ציין. — האָסט דיר שוין הײַנט געפּוצט די ציין, צי דו האָסט נישט געהאַט קיין צײַט?‟

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>