
דער פֿעטער איז הײַנט געווען אַ ביסל צעטראָגן. געטרונקען זײַן קאַווע שטייענדיקערהייט. פֿאַרבײַגייענדיק דאָס פֿענצטער, וווּ עס זענען געשטאַנען וואַזאָנעס מיט רויטע סאַמעטענע בלעטער, האָט ער אָפּגעריסן אַ שטיקל בלאַט, עס צוגעטראָגן צום מויל, זיך פֿאַרכאַפּט און עס אַוועקגעוואָרפֿן.
דערנאָך האָט ער עפּעס געזוכט אין זײַן גרינעם קופֿערט מיטן צעשפּאָלטענעם בויכיקן דעק. געפֿונען אַ בלאָען יעגערהוט, זיך אָנגעמאָסטן און מיך געפֿרעגט, צי עס איז שענער ווי דער טוכענער הוט וואָס ער טראָגט. איך האָב געפֿילט, ווי דער פֿעטער וואָלט מיר אַ גלעט געטאָן ס׳האַרץ מיט זײַן סאַמעטענער האַנט און כ׳האָב געזאָגט: „פֿעטער, איר זענט אין גאַנצן אַ שיינער!‟. דער פֿעטער האָט געשמייכלט מיט זײַנע אויגן, אין וועלכע עס זענען געווען אַ סך גרינע און ברוינע פּינטלעך… איז געבליבן זיצן מיטן בלאָען יעגערהוט אויף דער קני, זיך פֿאַרקוקט אויפֿן פֿענצטער, וווּ אַ שמעטערלינג האָט זיך אויפֿגעפֿליגלט, ווי אַ שטיק פֿלאַטערדיק צירונג… זיך צום סוף אויסגעקנאַקט איינציקווײַז אַלע פֿינגער פֿון די הענט און מיך געפֿרעגט, צי איך האָב געלערנט שיר־השירים.
איך האָב געזאָגט אַז יאָ, איך האָב געלערנט.
— וועלכן שיר־השירים האָסטו געלערנט? — האָט מיך געפֿרעגט דער פֿעטער איציק, און מיט דער צונג באַנעצט זײַנע שיינע פֿולע ליפּן.
— וואָס הייסט וועלכן? דעם אמתן שיר־השירים… שלמה המלכס שיר־השירים…
— מיר ווייסן אַז ס׳איז שלמה המלכס — מאַכט דער פֿעטער איציק מיר אַ דין ביסעלע חוזק אין קול, — כ׳מיין ווער טײַשטט דיר אײַן שיר־השירים?
— וואָס הייסט ווער? דער רבי!
Click here for the rest of the article...