
א
קראַ, קראַ, קראַ!
— ווער מאַכט אַזוי?
— די קראָ.
— און פֿאַר וואָס שרײַט די קראָ: קראַ, קראַ? דאָס ווייסט ניט, קינד? נו, וועל איך דיר דערציילן. קראַ, קראַ איז אויף פֿייגל־לשון, ווי קראָ, קראָ אויף לשון־קודש: ליין, ליין, הייסט דאָס.
— און פֿאַר וואָס שרײַט די קראָ: ליין, ליין?
— ווײַל די קראָ איז דער רבי פֿון די פֿייגעלעך. שרײַט דער רבי: קראַ, קראַ, ליין, פֿייגעלע, ליין!
— און דערפֿאַר רופֿט מען די קראָ — ראָב, ווײַל ראָב הייסט רבי?
— יאָ, יאָ!
— און האָבן דען די פֿייגעלעך ביכעלעך?
— אַוודאַי, נאָך וואָס פֿאַר אַ ביכעלעך? אַיעדער בוים, אַיעדעס ביימעלע איז אַ ביכעלע… אַ ביכעלע מיט בלעטלעך…
— מיט גרינע בלעטלעך?
— אמת!
Click here for the rest of the article...