
פאראן א שטח אין (צי הארט נעבן) ארץ ישראל, וואס האט דעם כבוד אנגערופן צו ווערן מיט עטליכע נעמען. אנדערע רופן אים „אקופירטע שטחים‟, דאן זענען פאראן די וואס באציען זיך צו דעם לאנד ווי „מערב ברעג‟, בעת נאך אנדערע קענען די טעריטאריע מיט איר אריגינעלן נאמען — יהודה און שומרון.
וועלכער איז דער ריכטיגער?
אנשטאט דעם נאמען, לאמיר ליבערשט זיך באקענען מיט דער נאענטער היסטאריע פון דעם פלאץ. דעם נאמען וועלן מיר דערלויבן דאס מציאות צו דיקטירן.
מיט יארטויזנטער צוריק, איז דער שטח געווען צעטיילט צווישן די צוויי אידישע קעניגרייכן פון יענער תקופה, מלכות יהודה, מיט איר צענטער אין ירושלים, און מלכות ישראל, מיט איר צענטער אין שומרון. אינאיינעם: יהודה ושומרון. עווענטועל איז דער ראיאן אנגעשלאסן געווארן אין דער אטאמאנישער אימפעריע, וואס האט זיך געהאלטן אין משך פון עטליכע הונדערט יאר.
ווען די אטאמאנישע אימפעריע איז צעפאלן נאך דעם ערשטן וועלט־קריג, האט די „פעלקער ליגע‟ (פארגייער פון דעם היינטיגן „יו־ען‟) אין 1917 באשלאסן צו צעטיילן דעם ראיאן אין קלענערע חלקים און דארט גרינדן נייע לענדער. די „פעלקער ליגע‟ האט באשטימט ענגלאנד צו צייטווייליג פארפיגן מיט דעם שטח.
ענגלאנד האט דעמאלט באשלאסן צו באשטימען א קליין חלק פונעם מיטל-מזרח — ווייניגער ווי א פראצענט פונעם שטח אויף וועלכן זי האט פארפיגט — פאר א אידיש היימלאנד. אזוי קליין ווי ער איז דעמאלט געווען, האט דער שטח איינגעשלאסן נישט נאר יהודה ושומרון נאר זאגאר א באלעבאטישן טייל פון דער אנדערער, מזרח’דיגער זייט פונעם ירדן — וואו דאס לאנד ירדן געפינט זיך היינט.
Click here for the rest of the article...