Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

ווי אַזוי די פֿייגעלעך האָבן געלערנט חומש

$
0
0

חמשך פֿון דער פֿאָריקער וואָך

ד.

— אַמאָל האָבן זיך די מענטשן אַ הויכן טורעם געבויט, אַ טורעם ביזן הימל; צו בר־יוחנע געוואָלט דערגרייכן; ליכטיקע פֿעדערן פֿון זײַנע פֿליגל געוואָלט אויסרײַסן און פֿאַר געלט פֿאַרקויפֿן!

— געלט? געלט? פֿרעגן די פֿייגעלעך, וואָס הייסט געלט?

— ווער קען וויסן? ס׳איז אַ סוד! מענטשן האָבן אַ טבֿע זייער געלט צו באַהאַלטן… נאָר אַ קאַנאַריקל, וואָס איז בײַ זיי אַ גאַנץ יאָר אין אַ שטײַגעלע געזעסן און דערנאָך אויף דער פֿרײַ זיך אויסגעריסן, האָט מיר דערציילט, אַז ס׳האָט אַליין געזען דאָרטן אין שטוב עפּעס אַ שוואַרצע זאַך זיך אַרומדרייען, אַ שוואַרצע זאַך מיט גרינע אייגעלעך און שאַרפֿע נעגעלעך. בײַנאַכט, ווען מע פֿלעג דאָס פֿײַער אויסלעשן, און אַלע אין שטוב האָבן זיך שלאָפֿן געלייגט, דעמאָלט, אין דער פֿינצטערניש, פֿלעגן זיך בײַ דער שוואַרצער זאַך די גרינע אייגעלעך אָנצינדן — אַ פּחד. די גאַנצע וועלט צו פֿאַרברענען! טויט אין אַלע ווינקעלעך פֿאַרשפּרייט!… איך מיין: אויב דאָס איז ניט געווען קיין ווילדע קאַץ, איז דאָס אַוודאי געלט… יאָ, יאָ, געלט… איך האָב דערצו אַ ראיה. — וואָס פֿאַר אַ ראיה? זענען די פֿייגעלעך נײַגעריק צו וויסן.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>