Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

בערל־אײַזיק

$
0
0

די רעקאָרדירונג איז דיגיטאַליזירט געוואָרן דורך די קלאַנג־אַרכיוון בײַם „פֿלאָרידע־אַטלאַנטיק־אוניווערסיטעט‟. עס לייענט י. רײַמער.

1

„אַמעריקע איז אַ לאַנד פֿון בלאָף‟… „אַמעריקאַנער בלאָפֿערס‟…

אַזוי זאָגן די פֿרעמדע. גרינע חיות — זיי הייבן ניט אָן צו וויסן וואָס זיי זאָגן. אַמעריקע מעג הייצן די פּעטשערעס אין כּתרילעווקע, און אונדזער בערל־אײַזיק וועט פֿאַרשטעקן אין גאַרטל אַלע אַמעריקאַנער בלאָפֿערס!

איר קענט פֿאַרשטיין ווער בערל־אײַזיק איז, אַז טאָמער מאַכט זיך בײַ אונדז אין כּתרילעווקע, איינער האָט זיך אַ ביסל פֿאַררעדט, אויף אײַער אַמעריקאַנער לשון וועט דאָס הייסן: ער האַקט אַ טשײַניק. שטעלט מען אים אָפּ מיט די ווערטער: „בערל־אײַזיק האָט דיר געלאָזט גריסן‟ — שטויסט ער זיך שוין אָן וואָס מע מיינט און ער ווערט אַנשטוויגן.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>