Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

דניאל קאַהן זינגט געבירטיגס „דער זינגער פֿון נויט“

$
0
0

אוּווע פֿאָן זעלטמאַן און זײַן פֿרוי גאַבריעלאַ, די פֿילם־רעזשיסאָרן וואָס האָבן געשאַפֿן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „באָריס דאָרפֿמאַן — אַ מענטש‟אַרבעטן איצט אויף אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם איבער דעם לעבן, שאַפֿן און קולטורעלער ירושה פֿון מרדכי געבירטיג ז״ל.

לעצטנס האָבן זיי, לזכר דעם 75סטן יאָרטאָג פֿון געבירטיגס מאָרד אינעם קראָקאָווער געטאָ, אַרויפֿגעשטעלט אויף יוטוב אַ ווידעאָ, אין וועלכן דניאל קאַהן שטעלט פֿאָר געבירטיגס ליד „דער זינגער פֿון נויט“. דאָס ליד האָט געבירטיג אָנגעשריבן אין 1918, צו 41 יאָר. ס׳איז מערקווערדיק, אַז להיפּוך צו אַנדערע באַקאַנטע לידער־שרײַבער, האָט געבירטיג אָנגעשריבן ס׳רובֿ פֿון זײַנע טעקסטן ווען ער איז שוין געווען אין די 40ער און 50ער יאָרן. דאָס דאָזיקע ליד איז געווען צווישן זײַנע ערשטע שאַפֿונגען וואָס מע האָט געדרוקט.

דאָס ליד ווערט דאָ געזונגען אינעם בנין, וווּ מרדכי געבירטיג האָט געוווינט.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Latest Images

Trending Articles



Latest Images

<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>