Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

אַנטקעגן דעם פֿאַסאַד

$
0
0

די נאַכט איז געווען קלאָר, די הימלען באַשטויבט מיט שטערן. שטערנשטויב, טאַקע. קיין שפּאַצירנדיקע פּאָרלעך האָט מען ניט געזען. ס׳איז געווען אויף דעם צו שפּעט. וויפֿיל איז געווען אַ זייגער? כּמעט 1:00 אין דער פֿרי. די צײַט זיך צו לייגן שלאָפֿן איז לאַנג פֿאַרבײַגעגאַנגען. נאָר מאַרגעריט וואַן נײַז האָט ניט געקענט אײַנשלאָפֿן. דערפֿאַר איז זי דאָ געגאַנגען אין די גאַסן אַזוי פֿרי אין דער פֿרי ווען אַ דאַמע וואָלט ניט אַרומגעגאַנגען, צי באַגלייט צי ניט. בין איך נאָך אַלץ אַ דאַמע, האָט מאַרגעריט זיך געוווּנדערט.

ס׳איז מאַרגעריט לעצטנס ניט געווען גרינג זיך אײַנצושלאָפֿן. זי וואַרפֿט זיך אין בעט, ווי דאָס שלאָפֿן וואָלט געווען גלײַך בײַ דער האַנט. זי האָט געקלערט צו בעטן בײַם דאָקטאָר אויף עפּעס צו העלפֿן מיטן מצבֿ אָבער באַשלאָסן דאָס ניט צו טאָן. זי וועט אָננעמען דאָס וואָס קומט איר. מײַן עול מן השמים, האָט זי בײַ זיך געטראַכט.

אַ סך האָט זיך געענדערט מיט מאַרגעריטן אין די לעצטע חדשים. אַ סך … און פֿאַקטיש נאָר צוויי געשעענישן. זי איז אַוועק פֿון דער משפּחה־שטוב און האָט זיך איבערגעצויגן אין אַ דירה אין אַ נאָענטער געגנט. די דירה האָט פֿאַרמאָגט איין שלאָפֿצימער און כאָטש אַ סך קלענער ווי דעם צו וואָס זי איז צוגעוווינט, פֿאַר מאַרגעריטן האָט עס געסטײַעט. ס’איז פֿאַראַן נאַטירלעכע ליכט דורכאויס.

Click here for the rest of the article...

Viewing all articles
Browse latest Browse all 767

Trending Articles



<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>