
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
בריוו פֿון אַ פֿאַרשוווּנדענער קרובֿה
פֿון רייטשל פֿאָרמאַן
מײַן טאַטע, סטאַנלי פֿאָרמאַן, און זײַן צווילינג, דוד, זענען געווען אין זייער לעצטן יאָר מיטלשול ווען די יאַפּאַנער האָבן באָמבאַרדירט „פּערל־האַרבאָר.‟ אויף מאָרגן האָבן זיי זיך ביידע פֿאַרשריבן אין מיליטער. דער טאַטע האָט געדינט אינעם לופֿט־פֿלאָט און מײַן פֿעטער — אינעם ים־פֿלאָט.
נאָך דער מלחמה האָט דער טאַטע צוריקגעבראַכט פֿון די פֿיליפּינען־אינדזלען, וווּ ער איז געווען סטאַנציאָנירט, אַ שאַכטל אויסגעשניצט פֿון האָלץ, און מײַן פֿעטער האָט צוריקגעבראַכט צוויי פּאָר קליינע הילצערנע קלומפּעס פֿון פֿראַנקרײַך. דאָס שאַכטל איז די אַלע יאָרן געשטאַנען אויף אַ פּאָליצע אין דער שטוב פֿון מײַנע עלטערן, און די קלומפּעס — אין דער קיך בײַ מײַן באָבע־זיידע אין ברוקלין. איך האָב שוין אָנגעזאָגט מײַנע טעכטער, אַז איך האָף מע וועט די שיינע ירושה־זאַכן קיין מאָל נישט פֿאַרקויפֿן.