
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
מײַן באָבעס טאָגביכער
פֿון מיטשעל עלינסאָן
בײַם אַריבערפֿירן אונדזערע עלטערן אין אַ הויז פֿאַר עלטערע לײַט האָבן מיר אַנטדעקט עטלעכע העפֿטן אָנגעשריבן אויף ייִדיש. כאָטש ביידע עלטערן זענען דערצויגן געוואָרן בײַ ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, האָבן זיי ניט געקענט דעשיפֿרירן וואָס עס שטייט דאָרט געשריבן אַחוץ עטלעכע דאַטעס.
מיר זענען געווען שטאַרק נײַגעריק צו וויסן וואָסערע געשיכטעס ליגן דאָרטן באַהאַלטן און האָבן געוואָלט געפֿינען אַ מענטשן וואָס זאָל זיי איבערזעצן. כאָטש די מאַמע האָט די אַלע יאָרן געהאַלטן די ביכער, האָט זי נישט געוואָלט וויסן וואָס איר מאַמע האָט דאָרט געשריבן.
נאָך דעם וואָס אונדזער מאַמע איז ניפֿטר געוואָרן האָבן מיר געפֿונען עטלעכע איבערזעצער. אין די טאָגביכער באַשרײַבט די באָבע איר לעבן, אָנהייבנדיק פֿון איר געבוירן ווערן אין 1889 ביזן געבוירן ווערן פֿון אירע קינדער אין 1916. זי שרײַבט וועגן איר אַרבעט אין אַ סוועטשאַפּ, איר לײַדן פֿון טובערקולאָז, איר פּאָליטישן אַקטיוויזם, אַ טרויעריקער ליבע און אירע באַמיִונגען זיך אויסצוהיילן פֿון איר דעפּרעסיע דורך אַ נסיעה צוריק צו איר שטעטל ווען זי איז געווען 20 יאָר אַלט.
אַלע ספֿקות וואָס מיר האָבן געהאַט וועגן דעם, צי מיר זאָלן אַנטפּלעקן דער באָבעס סודות זענען נעלם געוואָרן ווען מיר האָבן באַקומען די ערשטע זײַט פֿון דער איבערזעצונג, מיט די שורות:
„איך בין נאָך זייער יונג אָבער איך האָב שוין דורכגעלעבט אַ ים מיט צרות און איך וויל, אַז מײַנע פֿרײַנד, ווי אויך מײַנע קינדער, זאָלן וויסן, וואָס איך האָב דורכגעמאַכט און באַקומען חיזוק דערפֿון. איך וויל אַלצדינג פֿאַרשרײַבן, אָנהייבנדיק מיט מײַן געבוירן ווערן ביז איך פֿאַרמאַך די אויגן צום לעצטן מאָל. עס וועט זײַן אַ שיין פּעקל צרות וואָס איך גיב איבער.‟
Click here for the rest of the article...