
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
אַ שנה־טובֿה־קאַרטל
פֿון מאַרדזשאָרי סעלצער
דאָס נײַ־יאָר קאַרטל, אויסגעהאָפֿטן אויף שוואַרצן סאַמעט, האָט מײַן עלטער־עלטער־באָבע לובאַ קאַמענעצקי, געשיקט פֿון לידע, ווײַסרוסלאַנד איר נײַער שנור, הענריעטאַ, אין ניו־יאָרק אין 1908. מיר האָבן עס געפֿונען אײַנגעוויקלט אין זײַדפּאַפּיר אין הענריעטאַס אַ קופֿערט. איר טאָכטער, מײַן באָבע — סאָפֿיע פּאָדעל — האָט עס מיר געשאָנקען ווען איך בין געווען 17 יאָר אַלט. איצט הענגט עס אין מײַן שטוב אין ישׂראל.
Click here for the rest of the article...