Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
געמעל פֿון מײַן עלטער־זיידן
מלכּה־פֿייגע מרגליות
דאָס געמעל איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס מע האָט בשתּיקה אַראָפּגענומען פֿון מײַן עלטער־זיידן, הרבֿ יחיאל צבֿי מרגלית, אַ קאַרלינער חסיד וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קריניק (הײַנט פּוילן) אין 1853 און זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל אויף דער בקשה פֿון זײַן רבין.
צוריקפֿאָרנדיק פֿון ירושלים אין 1896 כּדי צו זען זײַן רבין, איז מײַן עלטער־זיידע פֿאַרמישט געוואָרן אין אַ בלוט־בילבול און געזעסן אין תּפֿיסה אין רוסטשוק (הײַנט רוס), בולגאַריע, לעבן דער טערקישער גרענעץ, חדשים לאַנג.
במשך פֿון די ערשטע אַכט יאָר פֿון מײַן טאַטנס לעבן איז דער עלטער־זיידע בײַ אים געווען ממש אַ טאַטע־פֿיגור ווײַל זײַן אייגענער טאַטע (מײַן זיידע), אויך אַ רבֿ, האָט איבערגעלאָזט זײַן משפּחה אין ירושלים און איז אַוועק אין אויסלאַנד זוכן פּרנסה — צו ערשט, אין קאַנאַדע, און שפּעטער אין אַמעריקע. מײַן טאַטע פֿלעג מיר דערציילן ווי ער און זײַן זיידע זענען ביידע געשלאָפֿן אין דער סוכּה, געגאַנגען אין איינעם צום כּותל־מערבֿי און געזונגען קאַרלינער זמירות ביחד. נאָך דעם וואָס די משפּחה האָט פֿאַרלאָזט ארץ־ישׂראל אין 1930 האָט מײַן טאַטע שוין מער ניט געזען זײַן זיידן.
דאָס געמעל, וואָס האָט באַלאַנגט צו מײַן זיידן און דערנאָך צו מײַן טאַטן (ס׳איז שטענדיק געהאָנגען אין זײַן ביבליאָטעק ווען איך בין געווען אַ קינד), געפֿינט זיך איצט אין מײַן אייגענעם עסצימער. ווען איך גיב נאָר אַ קוק אויפֿן בילד, הער איך אַזש די קאַרלינער זמירות וואָס הרבֿ יחיאל צבֿי האָט איבערגעגעבן זײַן זון, וועלכער האָט זיי אויסגעלערנט זײַן זון, וועלכער האָט זיי אויסגעלערנט זײַן טאָכטער — מיך.