
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
דאָס מילעך־עמערל
פֿון פֿרעד הוס, (שיקאַגע, אילינוי)
דאָס מילעך־עמערל, וואָס איז אַכט צאָל די הייך, האָט באַלאַנגט צו מײַנע טאַטע־מאַמע ווען מיר האָבן געוווינט אין אַ דײַטשישן די־פּי לאַגער אין הײַדענהײַם. מע האָט עס גענוצט אַהיימצוטראָגן ציגן־מילעך פֿון אַ ציגעלע וואָס דער טאַטע האָט געקויפֿט און געהאַלטן אויף אַ בערגל לעבן הײַדענהײַם. מיט דער מילעך האָט מען מיך געהאָדעוועט.
ווען מיר האָבן עמיגרירט קיין אַמעריקע, איז דאָס ציגעלע געבליבן אין הײַדענהײַם אָבער מײַנע עלטערן האָבן געבראַכט דאָס עמערל און מיך (כ’בין דעמאָלט געווען כּמעט אַ יאָר אַלט) אויף דער שיף „עס־עס גענעראַל באַלו‟ קיין אַמעריקע. מיר האָבן זיך באַזעצט אין שיקאַגע אין אָקטאָבער 1949.