
מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.
דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.
אויטאָגראַף־אַלבאָם
פֿון פֿיליס מינדעל
איידער מײַן מאַמע, בראָניע דויערמאַן, האָט פֿאַרלאָזט דאָס שטעטל יאַוואָראָוו צו פֿאָרן קיין אַמעריקע, האָבן אַלע אירע קרובֿים און פֿרײַנד זיך פֿאַרזאַמלט כּדי זיך צו געזעגענען. אויף די זײַטן פֿון אַן אויטאָגראַף־אַלבאָם מיט אַ בלויער סאַמעטענער הילע האָבן זיי פֿאַרשריבן זייערע ווינטשעוואַניעס אויף פֿיר שפּראַכן: העברעיִש, פּויליש, ייִדיש און דײַטש. שפּעטער האָט אַ חבֿר און מײַן פֿאָטער אים אויך אונטערגעשריבן אויף ענגליש.
מײַן מאַמע האָט מיטגעבראַכט דעם אויטאָגראַף־אַלבאָם, צוזאַמען מיט פּאָסטקאַרטלעך און אַנדערע דאָקומענטן, קיין ניו־יאָרק וווּ זי האָט זיך באַזעצט אין ברוקלין. ווען זי איז געשטאָרבן אין 1989, איז דער אַלבאָם אַריבער צו מיר אַהיים און שפּעטער — אין מײַן דירה אין וואַשינגטאָן. ער האָט ניט אַרויסגערופֿן בײַ מיר קיין באַזונדערן אינטערעס, ביז איך בין געוואָרן אַ וועג־ווײַזערין בײַם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי און באַשלאָסן איבערצוזעצן די ווינטשעוואַניעס אויף ענגליש פֿאַר מײַן משפּחה.
צוליב דער שוואַכער קוואַליטעט פֿון די דרעטלעך האַלט זיך דער קליינער אַלבאָם בײַם צעפֿאַלן זיך. אין גיכן וועט מען אים איבערגעבן דעם „ייִוואָ‟ אין ניו־יאָרק. לכּבֿוד מײַן 80סטן געבוירן־טאָג האָט מען אויך געשאַפֿן אַ וועבזײַט, וואָס גיט איבער די געשיכטע פֿונעם אַלבאָם באַגלייט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס: https://broniasalbum.wordpress.com
טײַערע לייענער, זײַט אַזוי גוט, לאָזט מיך וויסן אויב איר דערקענט אַ נאָמען אָדער ווייסט דעם גורל פֿון איינעם פֿון די מענטשן אויף דער גאַסט־רשימה, אָדער אויב איר קענט צוגעבן אינפֿאָרמאַציע וועגן די שכנים און פֿרײַנד וואָס האָבן געלעבט אינעם שטעטל יאַוואָראָוו.
Click here for the rest of the article...