Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all 767 articles
Browse latest View live

מײַן באַליבטסטע ירושה־זאַך: אַ טישטעך

$
0
0

SCROLL DOWN FOR ENGLISH

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.

דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.

אַ טישטעך

פֿון סוזאַן קיי ניומאַן

אין 1930 האָט מײַן באָבע, חנה פֿרידמאַן קאַפּוסטע, אויסגעהאָפֿטן דאָס טישטעך ווי דרשה־געשאַנק פֿאַר אַ פּלימעניצע, קיטי, אין ניו־יאָרק. זי האָט געשיקט מײַן טאַטן, אַרנאָלד (אויף ייִדיש — אַנשל) אין קראָם נאָכן פֿאָדעם.

די דײַטשן האָבן אומגעבראַכט די באָבע־זיידע און די מומע. מײַן טאַטע האָט איבערגעלעבט דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, מײַדאַנעק, אוישוויץ און בוכנוואַלד. ער איז אָנגעקומען אין אַמעריקע אין 1949. ווען ער האָט חתונה געהאַט מיט מײַן מאַמען אין 1955, האָט זײַן שוועסטערקינד, וואָס האָט מיט יאָרן צוריק געהאַט געקראָגן דאָס טישטעך פֿון דער באָבען, עס איבערגעגעבן דער נײַער חתן־כּלה.

אַחוץ עטלעכע פֿאָטאָגראַפֿיעס, וואָס דער טאַטע האָט געהאַט באַגראָבן בײַם שכן אין גאָרטן און אויסגעגראָבן נאָך דער באַפֿרײַונג, איז דאָס טישטעך די איינציקע זאַך וואָס איז אים פֿאַרבליבן פֿון זײַן לעבן פֿאַר דער מלחמה. מיר שאַנעווען דאָס אויסגעהאָטענע מײַסטערווערק און נוצן עס לכּבֿוד יעדן יום־טובֿ.


Several months ago we asked you, readers of the Yiddish and English Forward, to send us a photo and description of your favorite heirloom. The response was an enthusiastic one. Beginning the first week of May, Jewish American Heritage Month, we will publish each of these stories daily on our website.

By reading about these family treasures, you will discover some of the fascinating family histories of our readers, as well as their Jewish cultural context from a personal perspective.

If you can read some Yiddish, try reading the Yiddish passage above, which comes with a special feature: every time you click on a word, the English translation appears!

Tablecloth

by Susan Kay Newman

In 1930, my grandmother, Chana Friedman Kapusta, embroidered this tablecloth for a niece, Kitty, who was getting married in New York. She sent my father, Arnold, who was then 10 years old, to the store to buy the thread.

My grandparents and aunt were murdered during the Holocaust. My father survived the Warsaw Ghetto Uprising and Majdanek, Auschwitz and Buchenwald concentration camps. He arrived in the US in 1949. When he married my mother in 1955, his cousin, who had received the tablecloth years before, passed it on to the new couple.

Along with some photos that my father buried in the neighbor’s yard in Warsaw and dug up after his liberation, this is the only physical remnant of his life before the war.

We cherish it and use it, protected by plastic, for all of the Jewish holidays.
Click here for the rest of the article...

„אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟

$
0
0

עס קען זײַן, אַז אחוץ מאַרק וואַרשאַווקיס „אויפֿן פּריפּעטשיק,‟ איז ניטאָ קיין ליד אויף ייִדיש פֿון אַ באַקאַנטן מחבר, וואָס איז אַזוי ברייט באַליבט ווי איציק מאַנגערס „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מאַנגער האָט אָנגעשריבן דאָס ליד אין די 1930ער יאָרן, איז עס געווען אַזוי ברייט באַוווּסט פֿאַרן חורבן, אַז ס׳איז אַפֿילו פֿאָלקלאָריזירט געוואָרן. אַ סך באַקאַנטע זינגער האָבן רעקאָרדירט אַן אייגענעם נוסח פֿונעם ליד. איידער מע הערט זיך צו צו געוויסע פֿון זיי איז אָבער כּדאַי זיך צוצוהערן ווי אַזוי איציק מאַנגער אַליין לייענט פֿאָר דאָס ליד.

ווי דערמאָנט, קען מען געפֿינען פֿאַרשידענע פֿאָלקלאָריזירטע נוסחאָות פֿונעם ליד. צווישן די שענסטע איז אַ רעקאָרדירונג פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, וואָס איז אַרויס אויף איר קאָמפּאַקטל „בײַ מײַן מאַמעס שטיבעלע.‟ די רעקאָרדירונג קלינגט באמת היימיש, ניט בלויז ווײַל מאַנגערס ייִדישער דיאַלעקט איז געווען נאָענט צו שעכטער־גאָטעסמאַנס, נאָר אויך צוליב די מוזיקאַלישע קנייטשן וואָס זי גיט צו, וואָס דערמאָנען מאַנגערס ריטעם בײַם לייענען. אין איר נוסח הערט מען טאַקע די קלאַנגען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער בוקאָווינע, פֿון וועלכער ביידע האָבן געשעפּט אַ סך פֿון זייער ליטעראַרישער אינספּיראַציע.

אָפֿטער ווי אַלע אַנדערע זשאַנערס הערט מען הײַנט דאָס ליד געזונגען ווי אַ קונסטליד. הערט ווי נחמה ליפֿשיץ טרעט אויף מיט איר נוסח פֿונעם ליד:

אויך פּאָפּולער זענען די מער טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונגען פֿון ליד. אָט זינגט דודו פֿישער זײַן נוסח בעת אַ קאָנצערט מיטן „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין ישׂראל.

אַ שיינע ווערסיע אין אַ מער פּאָפּולערן מאָדערנעם „פֿאָלק‟־סטיל שטעלט פֿאָר די באַקאַנטע ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין.

איינער פֿון די שענסטע רעקאָרדירונגען פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ וואָס איז אַרויס אין די לעצטע 10 יאָר, האָט געמאַכט עפֿים טשאָרני. בײַ אים קלינגט די מעלאָדיע ווי אַ וויגליד.

אויך כּדאַי צו הערן איז משה אוישערס נוסח. איך האַלט, פּערזענלעך, אַז די מוזיקאַלישע באַגלייטונג איז אַ ביסל איבערגעטריבן, אָבער ס׳איז אינטערעסאַנט צו הערן די השפּעות פֿון חזנות און אַפֿילו דזשעז אין דער דאָזיקער רעקאָרדירונג.

דער „צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ‟ האָט אַרויפֿגעשטעלט אויף „יוטוב‟ אַ קאָנצערט פֿונעם לעגענדאַרן קלאַרנעט־שפּילער דייוו טאַראַס. צווישן די לידער, וואָס ער האָט פֿאָרגעשטעלט בעתן קאָנצערט, איז געווען „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟, געזונגען פֿון מאַקס גאָלדבערג. דאָס ליד הייבט זיך אָן 34:38.

אין 2010 האָט די שוועדישע „מעטאַל‟־קאַפּעליע „דיבוקים‟ אַרויסגעלאָזט אַ גאָר געראָטענע „ראָק‟־ווערסיע פֿונעם ליד צוזאַמען מיט אַ מוזיק־ווידעאָ.

אין 2014 האָבן לענקאַ ליכטנבערג און יאיר דלאל אַרויסגעלאָזט אַן אוניקאַלן אַלבאָם, „וויגלידער פֿון גלות‟, אין וועלכן זיי האָבן צונויפֿגעפֿלאָכטן די מוזיקאַלישע טראַדיציעס פֿון די אַשכּנזישע און איראַקישע ייִדן. אין זייער צוויישפּראַכיקן נוסח פֿון „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟ ברענגט דלאלס אוד־שפּילן עפּעס נײַס צום ליד, וואָס איז ממש אַן אַנטפּלעקונג. דאָס ליד האָט אויך אַן ערנסטן טאָן אויף אַראַביש, וואָס עס פֿעלט אָפֿט אויף ייִדיש און וואָס פּאַסט זיך זייער גוט צו צום טרויער, וואָס באַהאַלט זיך אונטערן אייבערפֿלאַך.

Click here for the rest of the article...

דזשיימס קאַגני רעדט אויף מאַמע־לשון

$
0
0

פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אַ סך גויים גוט געקענט ייִדיש אָבער בלויז איינער פֿון זיי איז געווען אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער פֿילמשטערן: דזשיימס קאַגני.

קאַגני, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע ראָלעס אין די פּאָפּולערע „גענגסטער‟־פֿילמען פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, האָט געוויינטלעך געשפּילט אַגרעסיווע באַנדיטן, פּאָליציאַנטן, סאָלדאַטן אָדער ענלעכע טיפּן. ייִדיש האָט ער זיך אויסגעלערנט ווי אַ קינד אויפֿן „איסט־סײַד,‟ וווּ זײַן אָרעמע משפּחה האָט געוווינט אין אַ טענעמענט־הויז וואָס איז געווען כּמעט אויסשליסלעך באַפֿעלקערט פֿון ייִדן. לויט עטלעכע לעגענדעס, האָט זײַן ייִדיש אים געהאָלפֿן אין האָליוווּד, וווּ די ייִדישע אייגנטימער פֿונעם גרויסן פֿילם־סטודיאָ Warner Brothers האָבן אים כּלומרשט פּרובירט אָפּצונאַרן בעת אַ פֿאַרהאַנדלונג איבער אַ קאָנטראַקט דורכן רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש. לויט דער לעגענדע האָט קאַגני זיי שאָקירט דורכן שרײַען אויף זיי מיט אַ פּאָר זאַפֿטיקע ייִדישע קללות.

קאַגני האָט גערעדט ייִדיש אין צוויי פֿון זײַנע פֿילמען, „טאַקסי‟ און The Fighting 69th, אַ דראַמע וועגן אַן אַמעריקאַנער פּאָלק בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. אין „טאַקסי‟ שפּילט ער אַ טאַקסי־שאָפֿער וואָס אָרגאַניזירט אַ בלוטיקן קאַמף קעגן אַן אַנדער גרופּע טאַקסי־שאָפֿערן, וואָס גנבֿענען בײַ אים קליענטן. איידער דער פֿילם ווײַזט עטלעכע בלוטיקע סצענעס, כאַפּן זיך אַרײַן אַ פּאָר מאָמענטן פֿון קאָמעדיע, צווישן זיי — די הומאָריסטישע סצענע, אָן קיין שום אונטערקעפּלעך אָדער דערקלערונג, אין וועלכער אַ ייִדישער אימיגראַנט שרײַט בייז אויף אַ פּאָליציאַנט. דער פּאָליציאַנט, וואָס פֿאַרשטייט ניט קיין ייִדיש, ווייסט ניט וואָס צו טאָן מיטן שרײַענדיקן אימיגראַנט, ביז עס קומט אָן דער העלד פֿונעם פֿילם, דעם טאַקסי־שאָפֿער מאַקס נאָלען (קאַגני). זעט וואָס געשעט ווײַטער.

Click here for the rest of the article...

מײַן באַליבטסטע ירושה־זאַך: באָבע־זיידעס כּתובה

$
0
0

SCROLL DOWN FOR ENGLISH

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.

דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.

באָבע־זיידעס כּתובה

פֿון קאַראָל מעט ליבער

אָט איז די כּתובה פֿון מײַן באָבע־זיידע, פֿרימעט און לייביש מעט, אָנגעשריבן מיט אַ קוואַלפֿעדער.

מײַנע טאַטע־מאַמע און באָבע־זיידע פֿון דער מאַמענס צד זענען געווען פֿון בילגאָרײַ, פּוילן. ס׳רובֿ פֿון מײַן טאַטנס משפּהה איז דערמאָרדעט געוואָרן אין די לאַגערן בעת מײַן מאַמעס משפּחה האָט זיך אויסבאַהאַלטן אין וואַלד, ביז מע האָט זיי געפֿונען און פֿאַרשיקט אין צוואַנג־אַרבעט־לאַגערן אין סיביר. אין 1949 האָבן זיי זיך באַזעצט אין קווינס, נ״י.

איך הייב נישט אָן צו וויסן ווי מײַן באָבע־זיידע האָבן באַוויזן אָנצוהאַלטן זייער כּתובה במשך פֿון יענע יאָרן. ווען מע האָט זי מיר געוויזן בין איך געבליבן פּריטשמעליעט! מײַן מאַן האָט אַראַנזשירט מע זאָל זי רעסטאַוורירן און אײַנרעמען ווי אַ מתּנה פֿאַר זיי.

בײַ מיר איז די כּתובה נישט בלויז אַ בויגן פּאַפּיר. זי רעפּרעזענטירט זייער ליבע, זייערע יאָרן פֿון מאַטערניש, זייער פֿעסטקייט און מוט צו שאַפֿן אַ נײַ לעבן פֿאַר זיך אין אַמעריקע.


Several months ago we asked you, readers of the Yiddish and English Forward, to send us a photo and description of your favorite heirloom. The response was an enthusiastic one. Beginning the first week of May, Jewish American Heritage Month, we will publish each of these stories daily on our website.

By reading about these family treasures, you will discover some of the fascinating family histories of our readers, as well as their Jewish cultural context from a personal perspective.

If you can read some Yiddish, try reading the Yiddish passage above, which comes with a special feature: every time you click on a word, the English translation appears!

My Grandparents’ Wedding Contract

by Carol Met Lieber

This is the ketubah for my grandparents, Frimet (Phyllis) and Leibish (Leon) Met, written by fountain pen.

My parents and maternal grandparents were from Bilgoraj, Poland. Most of my father’s family were murdered in the camps while my mother’s family escaped by hiding in the woods and were then sent to forced labor camps in Siberia. They settled in Queens, NY in 1949.

I have no idea how my grandparents’ ketubah was still intact upon their arrival here. I was dumbfounded when it was shown to me! My husband had it restored and framed as a gift to them.

To me, it’s not just a piece of paper, but rather represents their love, hardships, struggles, perseverance to live and having the fortitude to create a new life in the US.
Click here for the rest of the article...

מײַן באַליבטסטע ירושה־זאַך: דער באָבעס אײַנקויף־וועגעלע

$
0
0

SCROLL DOWN FOR ENGLISH

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.

דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.

דער באָבעס אײַנקויף־וועגעלע

סענדי אַליסע נאָוואַק

ווען מײַן באָבע איז ניפֿטר געוואָרן אין ניו־יאָרק אין די 1980ער יאָרן, האָב איך געירשנט איר אײַנקויף־וועגעלע. וווינענדיק אין אַ דירה, האָב איך עס גענוצט צו ברענגען די וועש אין וועשערײַ און בײַם אײַנקויפֿן שפּײַזן. לעצטנס האָב איך עס געניצט צו פֿירן זאַכן איבער מײַן שטעטל אין מאַסאַטשוסעטס, כּדי איך זאָל זיך נישט אָנשטרענגען.

יעדעס מאָל וואָס איך האָב גענוצט דאָס וועגעלע, האָב איך זיך דערמאָנט אין די מעשׂיות וואָס דער טאַטע פֿלעג מיר דערציילן — ווי די באָבע פֿלעג גיין אין מאַרק, וווּ מע האָט פֿאַרקויפֿט לעבעדיקע הינער און וווּ די קונים האָבן אַליין געפֿליקט די פֿעדערן. מײַן באַליבטסטע מעשׂה איז וואָס דער טאַטע האָט קינדווײַז צו מאָל זיך ניט געקענט באָדן, ווײַל די באָבע האָט געהאַט געקויפֿט אַ פֿיש וואָס איז נאָך געשווימען אין דער וואַנע.

במשך פֿון 35 יאָר איז מײַן באָבעס וועגעלע געווען מײַן שטענדיקער באַגלייטער און איך האָב געשמייכלט צו זיך, קלערנדיק אַז איך גיי נאָך די פֿוסטריט פֿון דער באָבען אַחוץ מיט איין פּרט: איך קויף נישט קיין לעבעדיקע פֿיש אָדער נאָר־וואָס געשאָכטענע הינער, נאָר גיכער פֿאַרפּאַקט כּשר עסנוואַרג. דאָך, פֿיל איך זיך זייער נאָענט צו דער באָבען ווען איך גיי אויף דער גאַס מיטן וועגעלע.

אַז די רעדער האָבן אָנגעהויבן סקריפּען, האָט מײַן טאַטע אָדער מײַן חבֿר זיי באַשמירט מיט אייל. די צוויי הינטערשטע רעדער האָבן זיך שוין אויסגעריבן נאָך מיט יאָרן צוריק אָבער האָבן זיך נאָך אַלץ געדרייט, אַפֿילו אין די שניי־בערגלעך דאָ אין ניו־ענגלאַנד.

הײַנט קען מען דאָס וועגעלע שוין מער ניט פֿאַרריכטן. הייסט עס, ס׳האָט זיך געשלאָסן אַ תּקופֿה? חלילה! די זכרונות וועלן בלײַבן בײַ מיר אויף אייביק.


Several months ago we asked you, readers of the Yiddish and English Forward, to send us a photo and description of your favorite heirloom. The response was an enthusiastic one. Beginning the first week of May, Jewish American Heritage Month, we will publish each of these stories daily on our website.

By reading about these family treasures, you will discover some of the fascinating family histories of our readers, as well as their Jewish cultural context from a personal perspective.

If you can read some Yiddish, try reading the Yiddish passage above, which comes with a special feature: every time you click on a word, the English translation appears!

Bubbe’s Shopping Cart

by Sandy Alissa Novack

When my Bubbe died in Brooklyn, NY in the 1980s, I inherited her shopping cart. Living in an apartment, I used it to carry laundry to the laundromat down the block, and to transport groceries. Most recently, I used it to run errands around my Massachusetts town so as not to strain myself.

Whenever I walked with the cart, I would recall the stories my dad would tell me about my Bubbe — how when he was growing up in Brooklyn, she would push the cart to the market where they sold live chickens and where customers plucked the feathers themselves. My favorite story is when my dad would tell me how he sometimes couldn’t take a bath because the fish that Bubbe had bought was still swimming in the tub.

For 35 years, Bubbe’s shopping cart was my constant companion as I did my chores and I always had a smile in my heart imagining myself following in her footsteps. Unlike her, though, I didn‘t buy live fish or freshly slaughtered chickens, but rather pre-packaged kosher foods. Still, when I walked the streets with my cart, I felt like part of a history and tradition, and always close to Bubbe.

Over the years, my father and then my boyfriend would oil the cart for me when it started squealing and squeaking. The two wheels in the back were threadbare years ago but kept rolling, even through New England snowdrifts. Now, though, the cart is beyond repair. The end of an era? Not at all. The memories will always be mine.
Click here for the rest of the article...

דער נעכטיקער טעגניק: קאַפּיטל 3: אויף דער אַנדערער זײַט ים

$
0
0

דער טויב־ווײַסער עראָפּלאַן איז געפֿלויגן איבער די ליכטיקע געדיכטע וואָלקנס, דאָרט וווּ קיין פֿייגל פֿליִען נישט. דער וואָלקנדיקער הימל האָט אויסגעזען ווי אַ שאָסיי, אויסברוקירט מיט גאָלדענע קישנס פֿון פֿאַרשידענע גרייסן און שטאָף.

„מײַנע טײַערע דאַמען און הערן,‟ האָט דער קאַפּיטאַן מודיע געווען מיט אַ רויִקן קול. „מיר האָבן ערשט דערגרייכט 37 טויזנט פֿוס.‟

דער עראָפּלאַן איז געווען געפאַקט מיט פאַסאַזשירן, מערסטנס משפּחות, נשים וטף, ווער ס’האָט געדרימלט, ווער שטיל געשמועסט.

געווען איז נתנאל פֿאַרטאָן אין לייענען. אויף דער הילע פֿונעם בוך, וואָס האָט פֿאַרשטעלט זײַן פּנים, איז געשטאַנען אַ בילד פֿון אַן אַמאָליקן שטעטל. קען זײַן וויליצע אויף צפֿון? האָט נתנאל געקלערט. אפֿשר גאָר האָפּלאַנד אויף דרום? עטלעכע לײמענע הײַזער שטייען רויִק אויף אַ בערגל. אונטן, רוט אַן אַלטע הילצערנע אײַנגעבויגענע שיל, און הינטער דעם — אַ ריזיקער קלויסטער.

פֿאַר נתנאלס אויגן האָבן זיך תּושבֿים באַװעגט: קינדער שפּילן זיך מיט שטעקנס אין שולהויף; אין מאַרק האַנדלען דערוואַקסענע אין פֿאַרפֿוילטער סחורה, די באַנקקוועטשערס לערנען אין בית־מדרש, און צווישן מינחה און מערבֿ דערציילן די בטלנים אויסטערלישע מעשׂות הינטערן אויוון.

נאָר וווּ איז נתנאל? אָט אָ דאָ זיצט ער, אַ פֿאַרשטעלטער אין זײַנע בגדי־דלות, פֿאַר אַן אַלט הויז, און הערט זיך צו צו יעדן קרעכץ פֿון דעם זקן דעם מיוחס, וואָס זיצט אַנטקעגן איבער.

מיט אַ מאָל פֿאַרשווינדן די ייִדן אײַנוווינער און אינעם גרויען הימל באַווײַזן זיך בולטע בלוטיקע ווערטער אויף ענגליש, וואָס באַגיסן דאָס שטעטל ווי גרויסע טראָפּנס טרערן: TRACING AN-SKY. וואָס איז אַזוינס אַנ־סקי? מורמלט נתנאל באַוווּנדערט. פֿאַר וואָס זוכט מען אים און וואָס וויל מען גאָר געפֿינען?

נתנאל בלעטערט דורך דאָס בוך און איז ווי צוגעקלעפּט צו יעדער זײַט. ער קען זיך נישט אָפּזעטיקן פֿון דער פּראַכט און שײַן פֿון די הילצערנע און אַמאָל־געמויערטע שילן און אויכעט פֿון די ייִדישע אַלטימלעכקײטן: די פּרוכתן, ספֿר־תּורות, ידים און הענגלײַכטער. ער האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די אָרטיקע ייִדן, געזען האָט ער אין זיי זיך אַליין, זײַנע עלטערן און זײַן שוועסטער. אויף אַ געוויסער זײַט האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אַ ווײַלעטשקע; לאַנג געקוקט אויף אַן אַלטער לאַנדקאַרטע. זײַנע אויגן זענען געפֿאָרן אויף די וועגן איבער די היימישע אוקראַיִנישע שטעט און שטעטלעך, וואָס אַנ־סקי האָט אַמאָל באַזוכט. און אויף די פֿאָלגנדיקע זײַטן: די ייִדיש־עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע, דעם פּאַטראָן באַראָן גינצבערג, אַנ־סקיס ענערגישער מיטהעלפֿער אַבֿרהם רעכטמאַן, די ערשטע וועלט־מלחמה.

די דאָזיקע מענער, אַנ־סקי בראָש, האָבן אָפּגעגעבן לײַב־און־לעבן אָפּצוהיטן די קולטור־ירושה פֿון די פֿריִערדיקע דורות, האָט נתנאל געקלערט.

אויפֿן טעצל, צוגעטשעפּעט צו זײַן בענקל, זענען געלעגן, איינער אויפֿן אַנדערן, עטלעכע ביכער. אויף איינעם, ווי אײַנגעקריצט אויף אַן אַלטער אָפּגעריבענער מצבֿה, איז געשטאַנען „ייִדישע עטנאָגראַפֿיע און פֿאָלקלאָר‟, פֿון יענעם אַבֿרהם רעכטמאַן; אויף דער הילע פֿון צווייטן, ווי אַרײַנגעברענט אין אַ רויטן ציגל, שטייט, בלע”ז, The Jewish Dark Continent, פֿון נתנאל דויטש; אויפֿן דריטן, ווי אויסגעגאָסן אין אַ גרינלעך בלאָער קאַלוזשע, שטייט, From A Ruined Garden, פֿון דזשעק קוגלמאַס און יונתן בויאַרן; און אויפֿן פֿערטן, ווי צונויפֿגעפֿלאָכטן אין אַ פּאָר חלות, שטייט „צמח אַטלאַס: די ישיבֿה‟, פֿון חיים גראַדע.

נתנאלס קאָפּ איז געלעגן אָנגעשפּאַרט אויפֿן פֿענצטער. ס’איז מער נישט געווען ליכטיק אין דרויסן. די וואָלקנס זענען געוואָרן חושך־מצרים, אַ סימן אויפֿן קומענדיקן שטורעם.

„ווער ס’שטייט, ביטע, זעצט זיך גלײַך אַוועק. דער קאַפּיטאַן האָט ערשט אָנגעצונדן דעם שיצפּאַס־שילד‟, האָט דער סטואַרד געזאָגט אין אײַלעניש, שוין מער נישט אַזוי רויִק ווי פֿריִער.

דער עראָפּלאַן האָט זיך גענומען טרייסלען און געגעבן אַ פֿאַל אַראָפּ און אַ שפּרונג אַרויף. ס’האָט גענמען שטאַרק קלאַפּן בײַ נתנאל’ען אין האַרצן. ער איז געפֿלויגן צווישן די וואָלקנס ווי אין געהיימע אונטערערדישע טונעלען, וואָס ציִען זיך פֿון ירושלים אַזש אין די אוראַלטע שילן אַרײַן. ס’האָט געבליצט און געדונערט און דער הימל איז באַלויכטן געוואָרן.

אויסגעזען האָט דער וואָלקנדיקער הימל ווי אַ רקיע, ווי מע האָט טראַדיציאָנעל גערופֿן די סטעליע פֿון שיל, ויקרא אלהים לרקיע שמים. מיט יעדן בליץ זענען די אַמאָליקע אויסגעמאָלטע מזלות ליכטיק אָנגעצייכנט געוואָרן אין דער טונקלקייט פֿון וואָלקן.

מיט ביידע הענט האָט נתנאל פֿעסט אָנגעכאַפּט דאָס בענקל און דורך אַ לאַנגן שפּאַלט צווישן די וואָלקנס דערזען אַ פּאַס פּוסטקייט פֿון ליידיקע באַרג און פֿעלדער, וואָס ציִען זיך אויף מײַלן ווײַט, והארץ היתה תהו ובהו וחשך על־פּני תהום.

אוי, וואָס איז געוואָרן פֿון טאַטע־מאַמעס היים?!


„ר׳ ייִד… ר׳ ייִד…‟

נתנאל האָט זיך אויפֿגעכאַפּט מיט אַנגסטן. דעם סטואַרדס שטאַרק האָריקע האַנט האָט געדריקט אויף נתנאלס אַקסל.

„איז אַלץ אין אָרדענונג, ר׳ ייִד?‟ האָט דער סטואַרד געפֿרעגט, זײַן שטערן פֿאַרקנייטשט.

ס’איז ליכטיק אין דרויסן. דער עראָפּלאַן איז שוין ליידיק. די ביכער אויפֿן טעצל האָבן זיך איצט געװאַלגערט אויף דער ערד בײַ נתנאלס פֿיס.

„יאָ, יאָ. איך בין נישט גוט געשלאָפֿן,‟ האָט נתנאל זיך פֿאַרענטפֿערט מיט אַ טיפֿן אומרויִקן זיפֿץ און בשעת־מעשׂה אויסגעריבן די אויגן.

„נו, ס’האָט געשטורעמט אין דרויסן און דער עראָפּלאַן האָט זיך שטאַרק געטרייסלט.‟

דער עראָפּלאַן האָט געלאַנדעט און נתנאל איז אַראָפּ די טרעפּ צום פֿליפּלאַץ. די זון האָט זיך צום טייל באַהאַלטן הינטער אַ ריזיקן וואָלקן, אַ פּאָר שטראַלן זענען אַרויס און באַלד פֿאַרשוווּנדן געוואָרן הינטער די שפּיצן פֿון בערג; געפּינטלט האָט נתנאל מיט די אויגן, שוואַרצע פֿלעקלעך און דריידלעך און פֿאַרפּלאָנטערטע שטריכן און קרײַזן האָבן געשוועבט אינעם גרויען הימל און פֿון דער ווײַטנס, אָפּגעבליאַקעוועט הינטער די אָסיענדיקע בערג, צווישן די געל פֿאַרבלעטערטע דעמבעס. אויפֿן באַרג האָבן די רויטע ביימער אויסגעזען ווי אַלטע אײַנגעשרומפּענע אײַנגעבויגענע ייִדן, וואָס זיצן אויפֿן גאַניק פֿון מושבֿ־זקנים און וואַרטן אויפֿן טויט. נו, אפֿשר איז דער טויט שוין געקומען, זיך אַרײַנגעגנבֿעט אויפֿן גאַניק בײַ נאַכט, און דאָס זענען זייערע איבערגעלאָזטע פֿאַרפֿוילטע ייִדישע נבֿהלות.

דאָס פֿליפֿעלד איז רעלאַטיוו קליין. ס’איז אַרומגערינגלט מיט אַ פּלויט, פֿאַרשטעלט מיט קוסטעס. יעדן פֿרימאָרגן עפֿענען זיך די ראָזעווע בלימלעך און בײַ נאַכט שלאָפֿן זיי, אַרומגעוויקלט מיט גרינע קאָלדרעס.

בײַם אויטאָבוס־אָפּשטעל, לעבן שאָסיי, האָט נתנאל געוואַרט אויפֿן „אובער.‟ ער איז קיינמאָל פֿריִער נישט געפֿאָרן מיט אַזאַ זאַך, אָבער צוליב דעם וואָס עס זענען דאָ ווייניק טאַקסיס אין געגנט, האָט ער קיין ברירה נישט געהאַט.

ער האָט זיך אַוועקגעזעצט אויף דער האַרטער באַנק פֿון אָפּשטעל. ס’איז שלעפֿעריק שטיל אין טאָל. איין אויטאָ, אַ קרענקלעכע קאַטערינקע, פֿאָרט פּאַמעלעך פֿאַרבײַ, אַרויסהוסטנדיק כװאַליעס שוואַרצן רויך פֿונעם פֿאַרזשאַווערטן רערל ווי פֿון אַ לאָקאָמאָטיוו. אויף דער אַנדערער זײַט גאַס שטייט אַ ריי געשעפֿטן, ס’רובֿ פֿאַרמאַכטע, אַחוץ איינעם, אַ קליינער קאַפֿע, וואָס איז סײַ־ווי ליידיק.

ס’האָט זיך געהערט אין דער נאָענט אַ געזשום ווי פֿון אַ בין; אַ בלויער משׂא־אויטאָ דערנעטערט זיך.

נתנאל איז צוגעגאַנגען צום פֿענצטער פֿון אויטאָ.

„דוד?‟ האָט ער געפֿרעגט. „אובער?‟

„יאָ, יאָ. קום אַרײַן. זייער אײַנגענעם. קענסט אַוועקלייגן דײַן באַגאַזש הינטערן בענקל.‟

דער יונגער שאָפֿער איז געווען אַ שיינער. מיטלוווּקסיק, ווי נתנאל, מיט געקרײַזלטע רויטע האָר, דיקע ווילדע ברעמען איבער גרויסע בלויע אויגן, און אַ ברייט מוסקלירטע ברוסט מיט שטאַרקע האָריקע אָרעמס דערצו. ס’איז קענטיק, אַז ער האָט שווער געהאָרעוועט אין לעבן, כאָטש ער איז אין די זעלבע יאָרן וואָס נתנאל, אפֿשר אַ יאָר־צוויי ייִנגער.

זײַן קול האָט אָבער נישט געפּאַסט צו זײַן מענערישן אויסזען, הקול קול יעקבֿ והידים ידי עשׂו, דאָס קול איז יעקבֿס אָבער די הענט זײַנען עשׂוס. דער קול פֿונעם יונגן מאַן איז געווען צערטלעך ווי בײַ אַ מאַמען. נתנאל איז אַרײַן אין אויטאָ אַ באַרויִקטער.

„נו, וווּהין פֿאָרסטו, אַ שטייגער?‟ פֿרעגט דער שאָפֿער.

„יוקאַיע.‟

„גוט, ס’וועט געדויערן בערך אַ שעה צײַט.‟ מיט דעם האָט דוד זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן.

דער שאָסיי פֿון פֿליפֿעלד ציט זיך אויף אַ לאַנגן געדרייטן מהלך און אויף ביידע זײַטן גאַס זעט מען נאָר ביימער, נאָר געדיכטע וועלדער אַרום און אַרום.

„נו, דו האָסט נישט אַזוי פֿיל מיטגעבראַכט,‟ האָט דוד געזאָגט, קוקנדיק אויף דער גאַס. „האָסט עפּעס משפּחה, חבֿרים, וואָס װוינען דאָרטן?‟

„נײן, מער נישט. ס’איז געווען טאַטע־מאַמעס היימשטאָט. איך גיי אויף קבֿר־אָבֿות.‟

„דײַנע עלטערן ליגן דאָרטן?‟ האָט דוד געפֿרעגט מיט אַן ערנסטער מינע.

„נײן, אָבער מײַנע אָבֿות יאָ.‟

„דו ווײסט, אַז דער בית־עולם איז צעשטערט געוואָרן אינעם גרויסן מבול? אַלץ איז יעצט אונטערן וואַסער, געוואָרן אַ טייל פֿונעם רוסישן טײַך…‟

„וואָס פֿאַר אַ מבול??‟ האָט נתנאל געשטאַמלט, אַ צעמישטער.

„די עלטערן האָבן דיר נישט דערציילט? געווען אַ קאַטאַסטראָפֿע! אַ סך משפּחות האָבן געליטן דערפֿון, מײַנע בתוכם, און ווייניק זענען געקומען צו זיך, ס’רובֿ זענען אַוועק אין דער פֿרעמד.‟

„גאָרנישט דערציילט. נישט געװוּסט,‟ האָט נתנאל געזאָגט, פֿאַרטראַכט. „די מאַמע איז פֿרי אָפּגעשניטן געוואָרן, דער טאַטע האָט ווייניק גערעדט וועגן זײַן לעבן אין שטאָט, הגם ער האָט מיר יונגערהייט דערציילט אַ סך אַלטע מעשׂות פֿון דער משפּחה.‟

„איך פֿאַרשטיי,‟ האָט ער געענטפֿערט און, אויפֿהייבנדיק זײַנע פֿאַרװאָקסענע ברעמען, געפֿרעגט: „נו, װאָס ווילסטו טאָן?‟

נתנאל האָט געגעבן אַ טראַכט. ער האָט זיך דערמאָנט אין דער פּרעכטיקער פּאַנאַראַמע פֿון יוקאַיע, װאָס איז מער נישט געווען אַזוי קלאָר בײַ אים ווי אַמאָל…

„נו, עס לוינט זיך נישט זיך אומצוקערן אַהיים,‟ האָט ער ענדלעך געזאָגט אויף אַ זיכערן קול.

ס’איז אים ליכטיק געוואָרן אין די אויגן. ער האָט װײַטער גערעדט װי צו זיך אַליין. „ש. אַנ־סקי האָט זיך נישט אונטערגעגעבן, האָט זיך נישט מיאש געװען, נאָר פֿאַרקערט, ער איז ממש געקראָכן דורך פֿײַער, כּדי אַרײַנצוקומען אין די חרובֿע שטעטלעך און אָפּראַטעװען װאָס ער האָט נאָר געקענט…‟

„נו, פֿיר מיך אַהין!‟ האָט נתנאל געזאָגט, אַנטשלאָסן.

„גוט,‟ האָט דוד געזאָגט מיט שמייכלענדיקע אויגן. „זייער גוט.‟

דער בלויער אויטאָ איז געפֿאָרן טיפֿער אויפֿן וועג קיין יוקאַיע, אַ קער געטאָן אויף מערבֿ אויף אַ היימישן שליאַך, און פֿאַרשוווּנדן געוואָרן צווישן די ביימער.

Click here for the rest of the article...

מײַן באַליבטסטע ירושה־זאַך: דער מאַמעס וואַנטגעוועב

$
0
0

SCROLL DOWN FOR ENGLISH

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.

דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.

דער מאַמענס וואַנטגעוועב

פֿון אַנאַ קרענגעל

מײַן ירושה־זאַך איז אַ ריזיק געשטיקט וואַנטגעוועב וואָס די מאַמע האָט געמאַכט אין קאָוונע אין 1929, ווען זי איז געווען 17 יאָר אַלט. דאָס וואַנטגעוועב איז דרײַ פֿוס די לענג און פֿינף פֿוס די ברייט.

די מאַמע איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע נייטאָרין און האָט פֿאַרוואַנדלט דאָס וואַנטגעוועב אין אַ ריזיקן אײַנקויפֿזאַק, וואָס זי האָט גענוצט בשעת דער מלחמה צו האַלטן אונדזער האָב־און־גוטס בשעת מיר זענען אַנטלאָפֿן פֿון איין אָרט אינעם אַנדערן, כּדי זיך צו באַהאַלטן פֿון היטלערן. הונדערטער פֿון מײַנע קרובֿים — ברידער, שוועסטער, מומעס, פֿעטערס, פּלימעניקעס און פּלימעניצעס — זענען דערמאָרדעט געוואָרן. בלויז מײַן מאַמע, טאַטע, איין ברודער און איך האָבן זיך געראַטעוועט.

ווען מיר זענען, סוף־כּל־סוף, אָנגעקומען אין אַמעריקע אין 1947, איז דאָס וואַנטגעוועב ווײַטער געהאָנגען ווי אַן אײַנקויפֿזאַק אינעם אַלמער. מיר האָבן עס אײַנגערעמט און אויפֿגעהאָנגען אויף דער וואַנט אין איר שטוב און שפּעטער — אין מײַנער, מער ווי 60 יאָר לאַנג.


Several months ago we asked you, readers of the Yiddish and English Forward, to send us a photo and description of your favorite heirloom. The response was an enthusiastic one. Beginning the first week of May, Jewish American Heritage Month, we will publish each of these stories daily on our website.

By reading about these family treasures, you will discover some of the fascinating family histories of our readers, as well as their Jewish cultural context from a personal perspective.

If you can read some Yiddish, try reading the Yiddish passage above, which comes with a special feature: every time you click on a word, the English translation appears!

My Mother’s Needlepoint Tapestry

by Anna Krengel

My heirloom is a huge needlepoint tapestry that my mom made in Kovne (Kaunas), Lithuania in 1929, when she was 17 years old. It’s 3 feet long and 5 feet wide.

My mom was a skilled seamstress, and converted her needlepoint tapestry into a large shopping bag which she used during the war to hold all our worldly possessions as we ran from place to place to to escape the Nazis. Hundreds of my relatives – brothers, sisters, aunts, uncles, nieces and nephews – were murdered. My mother, father, brother and I were the only survivors.

When we finally made it to America in 1947, I still remember the tapestry hanging as a shopping bag in our closet. We framed it and it hung on a wall in her house, and then in mine, for over 60 years.
Click here for the rest of the article...

זאָל דער רבי טאַנצן – אָבער בלויז אויב ער קען!

$
0
0

איך פארשטיי עפעס נישט. איז א רבי א צירק טענצער?

איך קוק מיך צו צו די חסידישע בילדער אין די מאגאזינען און ווידיאוס: „דער טאנץ פון גערער רבין‟, „דער טאנץ פון בעלזער רבין‟ און נאך פארשידענע רבי’ס מיט „זייער טאנץ‟.

מען קען פון די קעפלעך מיינען אז מען רעדט דא פון טרענירטע טענצערס.

איך געדענק ווי דער בדחן פלעגט אויסגראמען דעם רבין ביים מצווה טאנץ מיט א משל פון אן ארענדאר מיט א פריץ. 

דער ארענדאר האט נישט געהאט מיט וואס צו באצאלן דאס חודשליכע געהאלט, האט אים דער פריץ געוואלט לייגן אין טורמע, זאגט אים דער ארענדאר: “הער פריץ, קיין געלט האב איך טאקע נישט אבער איך בין א שיינער טענצער. אפשר קען איך אפצאלן מיין חוב מיט געטענץ”. און יא, דער פריץ האט אנגענימען דעם פארשלאג און דער טאנץ האט אים באפרייט פון צרות.

וויינט דער בדחן מיט זיין שטימע:

“דער רבי וועט פארן רבש”ע טאנצן דאס מאל
און דערמיט אפצאלן די חובות פון כלל ישראל
און פארשרייען די שלעכטע גזירות משעיבוד לגאולה ומעבדות לחירות”

א הארציגיר משל; דער נמשל איז אבער נישט גלייך. קודם כל, האט דען דער רבונו של עולם מסכים געווען צו דעם געשעפט? אז דער פריץ האט ליב געטענץ ווער זאגט אז דער רבונו של עולם האט עס אזוי ליב, עד כדי כך אז ער זאל פארגעבן די חובות? 

אבער לאמיר שוין זאגן אז דער רבונו של עולם האט ליב געטענץ אזויווי דער פריץ. נו, לויטן משל דארף מען דאך קענען טאנצן. קענען דען אלע רבי’ס טאנצן?

לאמיר אבער אראפ קריכן פונעם משל. תכלית, וואס איז דער ענין אז דער גראמער מאכט א גאנצער התעוררות הכנה, און ענדליך קומט דאס דערווארטע, רבינו שליטא במלוא הודו גייט נעמען די גארטל, די מוזיק גיט זיך א “צינד” אן, דער רבי הייבט זיינע פיס, און דער עולם ווערט עלעקטריזירט.

עס איז א פארהייליגטע ליאלקע (פאפעט) וואס טאנצט. עס באגייסטערט דעם עולם אז דער פארהייליגטער סטאטוע איז מסכים צו גיין כאפן א טאנץ. 

אז דער באבעווער רב ר׳ שלומלע זצ״ל איז געווען א לוסטיגער טענצער, נו, האט ער א רעכט צו טאנצן. דער וויזניצער ר׳ משהלע אויכעט, אז מען איז א רבי און מען איז אויכעט א גוטער טענצער זאל מען שוין אויסניצן דעם טאלאנט צו דערפרייען די חסידים. אבער אנדערע רבי’ס וואס ווייסן קוים וויאזוי צו הייבן א פוס? פארוואס דארפן זיי ווערן טענצערס? אוי האט ר׳ חיים קאניעווסקי מזל אז ער איז נישט קיין חסיד, ער זאל פון א תורה שרייבער ווערן א טענצער אדער זינגער! 

בכלל איז עס א מנהג ביי חסידים, אז דער רבי טוט דאס וואס ער קען נישט. עס הייבט זיך אן מיטן ירשענען עפעס וואס ווער זאגט ער טויג דערצו, דער רבי איז דער בעל תפילה, און חסידים בעטן זיך רבינו השמיעינו את קולך, דעם רבינס קול איז באליבט. נו אז די חסידים שרייען געוואלד אז דאס קול פון זייער רבין איז זיי באליבט, ווער קען עס האבן טענות? א מזל נאר אז דער רבי דארף נישט דזשאגלען מיט פאקלען, מאכן קאזשעליקעס, אדער אנפירן אן ארקעסטער. די חסידים וואלטן דאס אויכעט ליב געהאט פון זייער רבין. 

אינגאנצן נאריש זענען זיי אבער נישט די חסידים. ווען דער רבי זאל זיין דער פילאט פינעם פליגער מיט וואס זיי פירן צו זיך אהיים אויף שבועות וואלט דער רבי נישט געהאט קיין מנין.

איר ווייסט וואס, אין א שטילער הייפל האט עס א חן, א קליין הילצענער בעל שם טוב שטיבל מיט א פאראייניגטער גרופע חסידים, ארום זייער רבין, דער טאטע. אז דער רבי איז דער גוטמוטיגער גורו, טאנצט ער פאר זיינע חסידים, ער זינגט פאר זיי, ער איז זיי מעורר, אבער אלס א פאזיציע? דאס שיינט שוין דיקטאטאריש. נאר פארגעטערונג קען מאכן חסידים הנאה האבן פון א טענצער וואס איז נישט קיין טענצער, א זינגער וואס איז נישט קיין זינגער, א רעדנער וואס איז נישט קיין רעדנער, א צורה וואס איז נישט קיין בעל הדרת פנים. א מעורר וואס איז נישט קיין פרעדיגער, א מנהיג וואס פארמאגט נישט קיין פירערשאפט קוואליפיקאציעס.

אז איר האט הנאה פון פארגעטערונג, מיט א גוטן אפעטיט.

אין אונזערע מקורות געפינען מיר אז מען דארף אויפנעמען די וואס טויגן צו עפעס. א בעל תפילה דארף האבן א שיין קול, א רעדנער דארף קענען באיינדרוקן דעם עולם, די חכמי ישראל וואס ווערן געשילדערט אין גמרא אלס צענטראלע טענצער ווערן אפגעמאלן ווי פאכמאנישע טענצער. אבער גיי טענה זיך מיט א חסיד שוטה. ער וועט באלד זאגן אז אט דער אומ’שכל איז דאס וואס האלט אידישקייט.

 נו אפשר איז ער גערעכט.

Click here for the rest of the article...

מײַן באַליבטסטע ירושה־זאַך: אַ קעשענע־זייגערל

$
0
0

SCROLL DOWN FOR ENGLISH.

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.

דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.

אַ קעשענע־זייגערל

פֿון סטיווען אַ. לודסאָן

מײַן טאַטע איז געבוירן געוואָרן אין לעטלאַנד. אין יוני 1939, נאָך דער פּטירה פֿון מײַן זיידן, האָט דער טאַטע באַשלאָסן צו באַזוכן די וועלט־אויסשטעלונג אין ניו־יאָרק. יענעם סעפּטעמבער זענן די דײַטשן אַרײַן אין פּוילן, איז ער שוין געבליבן אין אַמעריקע.

זײַן מאַמע און פֿינעף ברידער און שוועסטער זענען אַלע אומגעבראַכט געוואָרן אינעם חורבן. איין ברודער האָט יאָ איבערגעלעבט דעם חורבן, אַ דאַנק זײַן באַזעצן זיך אין ארץ־ישׂראל אין די שפּעט־1930ער. צום גליק האָט ער געהאַט מיטגענומען זײַן זיידנס קעשענע־זייגערל וואָס ער האָט שפּעטער געשאָנקען זײַן זון, מײַן שוועסטערקינד.

די געשיכטע האָט מיך שטאַרק אינספּירירט אָנצוהייבן מײַן אייגענע ירושה־זאַך ווײַל ס׳גיט מיר אַ געפֿיל אַז איך פֿאַראייניק זיך מיט מײַנע אָבֿות. דערפֿאַר, ווען איך האָב פֿאַרענדיקט קאָרנעל־אוניווערסיטעט, האָבן מײַנע טאַטע־מאַמע מיר געשאָנקען אַ גאָלדן זייגערל. בײַ מיר סימבאָליזירט עס סײַ טרויער פֿאַר דעם וואָס מיר האָבן פֿאַרלוירן אָבער אויך האָפֿענונג און דאַנקבאַרשאַפֿט וואָס איך בין געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע און גענאָסן פֿון אַ באַקוועם לעבן.

דאָס קעשענע־זייגערל ליגט עד־היום אויף מײַן שרײַבטיש. אַ מאָל איז די צײַט אויפֿן זייגער נישט אַקוראַט אָבער ס׳מאַכט נישט אויס ווײַל עס פֿאַרבינדט מיך מיט מײַן פֿאַרלוירענער משפּחה און אַ פֿאַרלוירענער וועלט.


Several months ago we asked you, readers of the Yiddish and English Forward, to send us a photo and description of your favorite heirloom. The response was an enthusiastic one. Beginning the first week of May, Jewish American Heritage Month, we will publish each of these stories daily on our website.

By reading about these family treasures, you will discover some of the fascinating family histories of our readers, as well as their Jewish cultural context from a personal perspective.

If you can read some Yiddish, try reading the Yiddish passage above, which comes with a special feature: every time you click on a word, the English translation appears!


My Father’s Watch

by Steven A. Ludsin

My father was born in Latvia. In June 1939, after the death of my grandfather, he decided to visit the New York World’s Fair. That September, the Nazis invaded Poland so he decided to stay in America.

He lost his mother and five brothers and sisters in the Holocaust. His only remaining sibling, who survived by going to Palestine in the late 1930s, had taken along my grandfather’s pocket watch which he later gave to his son, my first cousin.

This all inspired me to want to start my own heirloom because it gave me the feeling of going back in time. So when I graduated Cornell University, my parents gave me a gold watch. It truly encapsulates the feelings of loss and grief but also of hope and gratitude. After all, I was born in America and enjoyed a comfortable life and upbringing. I still have the gold pocket watch on my desk and although it doesn’t always keep perfect time, it brings me a sense of connectedness to a lost family and a lost world

Click here for the rest of the article...

„אין דרויסן איז פֿינצטער‟ געזונגען דורך אַליסאָן פּאָזנער און עדה־רבֿקה העטקאָ

$
0
0

אַחוץ זײַן אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר, פּאָעט, רעדאַקטאָר און צו מאָל אויך אַ שרײַבער פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟, איז ד״ר דובֿ־בער קערלער איינער פֿון די וויכטיקסטע זאַמלער פֿון ייִדישע לידער און פֿאָלקלאָר אויף דער אינטערנעץ.

אויף זײַן „יו־טוב‟־קאַנאַלקען מען געפֿינען צענדליקער אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט עלטערע ייִדן פֿון דער אַלטער היים וואָס ער האָט געמאַכט ווי אַ טייל פֿונעם „אַהיים‟־פּראָיעקט, ווי אויך אַ סך זעלטענע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע לידער.

מיט אַ יאָר צוריק האָט ד״ר קערלער אַרויפֿגעשטעלט דרײַ פּרעכטיקע ווידעאָס, אין וועלכע צוויי פֿון זײַנע סטודענטקעס בײַם „אינדיאַנער אוניווערסיטעט‟ — אַליסאָן פּאָזנער און עדה־רבֿקה העטקאָ, זינגען ייִדישע לידער. אַליסאָן פּאָזנער איז אַ דאָקטאָראַנטקע וואָס פֿאָרשט אויס די חורבן־ליטעראַטור און האָט פֿריִער געאַרבעט ווי אַ סטיפּענדיאַטקע בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער.‟ עדה־רבֿקה העטקאָ לערנט זיך אויף אַ מאַגיסטער און פֿאַרנעמט זיך איבערהויפּט מיט דער ייִדישער מוזיק. ווי מע קען הערן פֿון דער רעקאָרדירונג פֿונעם פֿאָלקסליד „אין דרויסן איז פֿינצטער‟ (אויבן), זענען ביידע פֿון זיי טאַלאַנטירטע זינגער, וועמענס קולות פּאַסן זיך זייער גוט צו צום זינגען ווי אַ דועט.

אַחוץ „אין דרויסן איז פֿינצטער‟ האָט ד״ר קערלער אַרויפֿגעשטעלט נאָך צוויי ווידעאָס פֿון לידער וואָס ווערן געזונגען דורך די סטודענטקעס.

אָט קען מען הערן ווי אַליסאָן און עדה־רבֿקה שטעלן פֿאָר אַבֿרהם רייזענס „שווימט דאָס קעסטל אויפֿן טײַך‟.

און אָט קען מען הערן ווי זיי זינגען מאָריס ראָזענפֿעלדס קלאָגליד אויף די קרבנות פֿונעם „טרײַענגל־פֿײַער‟: „מײַן רוע פּלאַץ‟.

Click here for the rest of the article...

יצחק באַשעוויס, דער פֿאַרכאַפּנדיקער רעדנער

$
0
0

לכּבֿוד דעם פֿאַקט וואָס דער „ייִדישער ביכער־צענטער‟ האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט יצחק באַשעוויסעס ביכער אויף דער אינטערנעץ, שטעלן מיר פֿאָר אַ ייִדישע רעדע פֿונעם נאָבל־לאַורעאַט. כאָטש באַשעוויס איז הײַנט באַקאַנט פֿאַר זײַנע ליטעראַרישע ווערק, איז ער אויך געווען אַ באַגאַבטער רעדנער, וואָס האָט פֿאַרווײַלט מענטשן מיט זײַנע אַקאַדעמישע רעפֿעראַטן, וויצן און אַנעקדאָטן (און זייער אָפֿט אַ געמיש פֿון אַלע דרײַ) אויף ייִדיש און ענגליש.

אין 1978 האָט באַשעוויס גערעדט אויף ייִדיש פֿאַר אַ ריזיקן עולם, וואָס איז געקומען אים באַגריסן לכּבֿוד זײַן באַקומען דעם „נאָבל־פּריז‟ פֿאַר ליטעראַטור. אין דער רעדע, וואָס די ישׂראלדיקע מלוכישע ראַדיאָ־נעץ „קול־ישׂראל‟ האָט דערנאָך טראַנסמיטירט מיט אַ קורצן אַרײַנפֿיר פֿון אפֿרים שעדלעצקי, דערקלערט באַשעוויס פֿאַר וואָס ער שרײַבט אויף ייִדיש. ער מאַכט אויך אַ ביסל חוזק פֿון די, וואָס ווילן, אַז ייִדיש זאָל האָבן אַ וואָרט אויף אַלץ. ס׳איז כּדאַי זיך צו באַקענען מיט זײַן געשמאַקן וואַרשעווער לשון, עפּעס וואָס מע הערט הײַנט זעלטן.

Click here for the rest of the article...

פּסחדיקע קידוש־כּוסות

$
0
0

SCROLL DOWN FOR ENGLISH

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.

דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.

פּסחדיקע קידוש־כּוסות

באָני און זעלדאַ זייבען

די קידוש־כּוסות האָבן מײַנע עלטער־באָבע־זיידע, שיינע און זונדל גערשטיין, געבראַכט אויף דער שיף קיין אַמעריקע נאָכן עמיגרירן פֿון גראָדנער גובערניע, רוסישער אימפּעריע, אין 1914. אַחוץ די כּוסות האָבן זיי מיטגעבראַכט אַ קרישטאָל טעלערל פֿאַר זאַלצוואַסער בײַם סדר און זילבערנע לײַכטער. די כּוסות, וואָס זענען געמאַכט פֿון גלאָז און האָבן אַ גאָלדענעם ברעג, זענען אַ פּאָר. אויף איין כּוס שטייען די ראשי־תּיבֿות פֿונעם זיידנס נאָמען און אויפֿן צווייטן — פֿון דער באָבעס נאָמען. שוין 100 יאָר לאַנג וואָס די משפּחה ניצט די כּוסות אויף די סדרים דאָ אין אַמעריקע, און די לײַכטער שטייען עד־היום אויף אַ בכּבֿודיק אָרט בײַ מײַנע עלטערן אין באָלטימאָר.


Several months ago we asked you, readers of the Yiddish and English Forward, to send us a photo and description of your favorite heirloom. The response was an enthusiastic one. Beginning the first week of May, Jewish American Heritage Month, we will publish each of these stories daily on our website.

By reading about these family treasures, you will discover some of the fascinating family histories of our readers, as well as their Jewish cultural context from a personal perspective.

If you can read some Yiddish, try reading the Yiddish passage above, which comes with a special feature: every time you click on a word, the English translation appears!


Pesach Kiddush Cups

by Bonnie and Zelda Zaben

These kiddush cups were brought by boat to America by my great-grandparents, Shena and Zundel Gerstein after they emigrated from Grodno Gubernia, a governate of the Russian Empire, in 1914. In addition to the kiddush cups, they brought a crystal saltwater dish for the seder and a pair of silver candlesticks.

The cups, which are made of glass and have a gold rim, are a matching set. One has the initials of my grandfather‘s name, and the other one has my grandmother‘s initials.

My family has been using the cups for over 100 years at our seders in America and the candlesticks have a place of honor in my parents home in Baltimore.

Click here for the rest of the article...

די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מײַן זיידן

$
0
0

SCROLL DOWN FOR ENGLISH

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָבן מיר געבעטן אונדזערע לייענער — סײַ פֿונעם ייִדישן פֿאָרווערטס, סײַ פֿונעם ענגלישן — איר זאָלט אונדז צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון אײַער באַליבטסטער ירושה־זאַך. דער אָפּרוף איז געווען אַן ענטוזיאַסטישער. אָנהייבנדיק די ערשטע וואָך אין מײַ, דעם חודש געווידמעט דער ייִדישער אַמעריקאַנער קולטור־ירושה, שטעלן מיר יעדן טאָג אַרויף איינע פֿון די ירושה־מעשׂיות.

דורך די אַלע חפֿצים וועט איר זיך אַ ביסל דערוויסן וועגן די אינטערעסאַנטע משפּחה־געשיכטעס פֿון אונדזערע לייענער, און במילא זיך באַקענען מיט געוויסע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון אַ מער פּערזענלעכן קוקווינקל.

די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מײַן זיידן

פֿון יהודית פֿאָרמאַן, לאָס־אַנדזשעלעס

דאָס איז די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מײַן ליבן זיידן פֿון דער מאַמעס צד, אַבֿרהם אָרגל (ער שטייט אויף רעכטס), אין איינעם מיט זײַנע טאַטע־מאַמע און צוויי פֿון זײַנע שוועסטער. דאָס בילד האָט מען אַראָפּגענומען איידער ער איז געקומען קיין אַמעריקע פֿון גאַליציע.

אויף לינקס שטייט זײַן שוועסטער מנוחה און אין מיטן — זײַן שוועסטער חנה. דאָס בילד איז מיר ספּעציעל טײַער ווײַל איך האָב חנהן קיין מאָל נישט געקענט; זי איז דערהרגעט געוואָרן אינעם חורבן.

מנוחה, וואָס איז געווען אונדזער שכנה אין ניו־דזשערזי, האָבן מיר גערופֿן טאַנטע מיקי. אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, זענען מײַנע עלטער באָבע־זיידע שׂרה און שלמה אָרגל (וואָס זיצן דאָ אינעם בילד) קיינמאָל ניט געקומען קיין אַמעריקע.


Several months ago we asked you, readers of the Yiddish and English Forward, to send us a photo and description of your favorite heirloom. The response was an enthusiastic one. Beginning the first week of May, Jewish American Heritage Month, we will publish each of these stories daily on our website.

By reading about these family treasures, you will discover some of the fascinating family histories of our readers, as well as their Jewish cultural context from a personal perspective.

If you can read some Yiddish, try reading the Yiddish passage above, which comes with a special feature: every time you click on a word, the English translation appears!

The Only Photo Of My Grandfather
by Judith Forman, Los Angeles, CA

This is the only photo I have of my dear maternal grandfather, Abraham Orgel (standing, at right), together with his parents and two of his sisters. The photo was taken before he came to the U.S. from Galicia.

On the left is his sister, Minicha, and in the middle – his sister, Chana. This photo is especially precious to me because I never met Chana since she was murdered in the Holocaust.

Minicha, who lived next door to us in New Jersey, was called Tante Mickey by all of us. As far as I know, my great-grandparents, Sarah and Solomon Orgel (seated here), never came to the U.S.
Click here for the rest of the article...

וואָס חסידישע קינדער שפּילן זומערצײַט

$
0
0

דער זומער איז שוין ברוך השם דא מיט איר פולע פארע, די זון שיקט טעגליך ארויס אירע הייסע שטראלן, און ווען דאס געשענט, מארשירט ארויס אן ארמיי פון צענדליגער טויזענטער יידישע קינדער, אויף די ניו יארקער גאסן.

אין אן אנאליז פונעם OPJAC — אן ארגאניזאציע וואס באקעמפט די גענעראליזאציעס און סטערעאטיפן וועגן פרומע יידן — ווערט אנגעוויזן אז אין ברוקלין אליין, ווי עס געפינען זיך די גרויסע חסידישע צענטערס וויליאמסבורג, בארא פארק, פלעטבוש, קראונהייטס, זענען צווישן די ״ארטאדאקסן״ דא איבער 81,000 קינדער - יינגעלעך און מיידלעך - און יונגע לייט. אויב רעכנט מען אריין די גאנצע שטאט ניו יורק איז דא איבער 150,000 קינדער.

אין ניו דזשערסי אין יידישן לייקוואוד, איז דא איבער 31,000 קינדער. אין ראקלענד קאונטי — איבער 27,000. אין סאטמאר׳ע שטעטל „קרית יואל‟ מאנרא — איבער 13,000. אזוי ווי רוב ארטאדאקסן, ספעציעל קינדער, זענען חסידים, מיינט עס אז אין סך הכל רעדט מען, פון קרוב צו 200,000 חסידישע קינדער, בלי עין הרע.

Click here for the rest of the article...

„ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ געזונגען פֿון אַניע לעדערהענדלער

$
0
0

אין אַפּריל 1959 איז אַבֿרהם סוצקעווער געקומען אויף אַ לענגערן באַזוך קיין אַמעריקע און קאַנאַדע, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ ריי רעפֿעראַטן און פֿאָרגעלייענט זײַנע לידער.

אויף אַזוי ווײַט ווי איך ווייס, זענען די איינציקע רעקאָרדירונגען וואָס זענען פֿאַרבליבן פֿון סוצקעווערס רעדעס בעתן דאָזיקן באַזוך געמאַכט געוואָרן אין דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟, וווּ מע האָט צווישן די יאָרן 1953 און 2005 רעקאָרדירט טויזנטער עפֿנטלעכע פּראָגראַמען. ווי אַ סטיפּענדיאַט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ איז מײַן אַרבעט געווען אויסצוסדרן די אַלע רעדעס און זיי אַרויפֿשטעלן אויף דער אינטערנעץ. איך האָב אויך געמאַכט אַ סעריע פֿילמען מיט אויסצוגן פֿון די רעדעס באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך. אָט קען מען זען, למשל, אַן אויסצוג פֿון סוצקעווערס אַ רעדע וואָס ער האָט געהאַלטן דעם 24סטן מײַ 1959 וועגן זײַן לעבן ווי אַ פּאַרטיזאַנער אין די ליטווישע וועלדער:

מיט אַ חודש פֿריִער, ווען דער פּאָעט איז ערשט אָנגעקומען קיין מאָנטרעאָל, האָט מען געמאַכט פֿאַר אים אַ ריזיקן קבלת־פּנים. צווישן די רעדנער וואָס זענען געקומען אים באַגריסן זענען געווען באַוווּסטע ייִדישע שרײַבער פֿון מאָנטרעאָל און ניו־יאָרק, קינדער פֿון די מאָנטרעאָלער ייִדישע טאָגשולן און עטלעכע זינגער, צווישן זיי — אַניע לעדערהענדלער, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט הירש גליקס פּאַרטיזאַנער־הימען אין איינעם מיטן רירנדיק ליד „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ (ווערטער: אַ. ל. וואָלפֿסאָן; מוזיק: אַלכּסנדר אָלשאַנעצקי). כאָטש עס קלינגט ווי אַ ליד וואָס מע האָט געשאַפֿן לזכר דער פֿאַרניכטעטער ירושלים ד׳ליטא, האָט מען דאָס ליד אין דער אמתן אָנגעשריבן לאַנג פֿאַר דעם חורבן ווי אַ טייל פֿון אַ פּיעסע.

אין דער זעלביקער צײַט וואָס איך האָב דיגיטאַליזירט די רעקאָרדירונג האָב איך צופֿעליק זיך אָנגעשטויסן אויף לייזער ראַנס בילדער־אַלבאָם „ירושלים ד׳ליטא אילוסטרירט און דאָקומענטירט‟. די אוניקאַלע בילדער, מיט קליינע דערקלערונגען אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און ענגליש האָבן מיך טיף אָנגערירט. ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן, איך זאָל באַגלייטן אַניע לעדערהענדלערס נוסח פֿון „ווילנע: שטאָט פֿון גײַסט און תּמימות‟ מיט די בילדער פֿונעם אַמאָליקן ווילנע וואָס לייזער ראַן האָט צונויפֿגעזאַמלט. אויבן קען מען זען דעם רעזולטאַט פֿון דעם אײַנפֿאַל.

Click here for the rest of the article...

לידער פֿונעם מײַסטער־פּאָעט מרדכי געבירטיג

$
0
0

די טעג ווערט 76 יאָר זינט דער פּטירה פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט מרדכי געבירטיג ז׳׳ל, וועלכע איז אומגעקומען אין דער קראָקאָווער געטאָ, דעם 4טן יוני 1942.

אַ לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק בעת זײַן לעבן, איז ער אין דער זעלביקער צײַט געווען אַ פּשוטער סטאָליער, וואָס האָט אין זײַן פֿרײַער צײַט געשריבן לידער וועגן די אָרעמע ייִדן פֿון קראָקע, וווּ ער האָט געוווינט זײַן גאַנץ לעבן.

ס׳איז שווער אויף איין פֿוס איבערצוגעבן די וויכטיקייט און השפּעה פֿון געבירטיגס לידער. אויף דעם וואָלט מען געדאַרפֿט אַ גאַנצן אַרטיקל, צי אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. ס׳איז כּדאַי פּשוט צו דערמאָנען, אַז פֿון אַרום 100 לידער זײַנע וואָס זענען אונדז פֿאַרבליבן, הערט מען אָפֿט כאָטש אַ טוץ פֿון זיי און זיי בלײַבן צווישן די סאַמע באַקאַנטסטע ייִדישע לידער איבער דער וועלט.

געבירטיג, אַזוי ווי מאַרק וואַרשאַווקסי פֿאַר אים, האָט געשריבן וועגן אַ ריי טעמעס, פֿון אַקטועלע פּאָליטישע (אַרבעטלאָזיקייט, אַנטיסעמיטיזם, דעם חורבן), ביז ייִדישע (לידער וועגן שבת, חדר־ייִנגלעך און ייִדישע מאַמעס), ווי אויך מער אוניווערסאַלע (די פֿריידן און לײדן פֿונעם עלטער ווערן, אַ בענקשאַפֿט נאָך פֿאַרלוירענע חבֿרים, און ליבעסלידער). זײַנע לידער האָבן פֿאַרקערפּערט אַ מאָדערנעם צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור; זיי דריקן אויס אַ באַהאַוונטקייט אין דער ייִדישער טראַדיציע אָבער זענען אויך פֿעסט אײַנגעוואָרצלט אין דער מאָדערנער וועלט. די ברייטע גאַמע פֿון זײַנע טעמעס, צוזאַמען מיט דער וואַרעמקייט, מיט וועלכער ער האָט באַשריבן די ייִדישע מאַסן האָט אים געמאַכט אַן אַוניקאַלע פֿיגור אין דער ייִדישער מוזיק.

ס׳רובֿ פֿון געבירטיגס באַקאַנטסטע לידער האָט מען אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך נאָך אין די 1930ער יאָרן. געוויסע, אָבער, בפֿרט די וואָס ער האָט אָנגעשריבן שוין אין דער קראָקאָווער געטאָ, זענען באַקאַנט געוואָרן ערשט נאָך דער מלחמה, ווען מע האָט געבראַכט זײַנע כּתבֿ־ידן קיין אַמעריקע, וווּ זיי געפֿינען זיך הײַנט אינעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק.

זינט די 1950ער יאָרן האָט מען אַרויסגעלאָזט איבער פֿופֿציק אַלבאָמען, אין וועלכע מע זינגט בלויז זײַנע לידער. אַחוץ דעם האָבן כּמעט אַלע באַקאַנטע ייִדישע זינגער אַרײַנגענומען זײַנע לידער אין זייער רעפּערטואַר. אָט זענען נײַן פֿון מײַנע באַליבטסטע רעקאָרדירונגען און ווידעאָס פֿון געבירטיגס לידער.

1. דניאל קאַהן: „אַרבעטלאָזער מאַרש‟

(אויבן) אַן אַקטיווער בונדיסט, האָט געבירטיג אָפֿט באַשריבן די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון זײַן צײַט, אַרײַנגערעכנט די אַרבעטלאָזיקייט, וואָס האָט געהערשט אין די 1930ער יאָרן. אין זייער אַ געלונגענעם נוסח פֿון זײַן „אַרבעטלאָזער מאַרש‟ שטעלט דניאל קאַהן און זײַן קאַפּעליע — „דער באַפֿאַרבטער פֿויגל‟ — פֿאָר געבירטיגס ליד אויף ייִדיש און ענגליש אין אַ מאָדערנעם סטיל, מיט בולטע השפּעות פֿון בערטאָלד ברעכט.

2. לעאָ פֿולד: „משהלע‟

דער „קעניג פֿונעם ייִדישן ליד‟, ווי מע האָט גערופֿן דעם זינגער, האָט ליב געהאַט צו עקספּערימענטירן מיט פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע סטילן. אין דעם פֿאַל באַגלייט אים אַן אַראַבישע קאַפּעליע. ניט געקוקט אויף דעם, איז זײַן נוסח פֿון געבירטיגס „משהלע‟ זייער אַ טראַדיציאָנעלע.

3. עמי פֿלאַמער און משה לייזער: „דרײַ טעכטערלעך‟

זייער אַ שיינער קלעזמער־נוסח פֿון געבירטיגס באַליבטן ליד פֿון פֿראַנקרײַך.

4. בענטע קאַהאַן: „עס ברענט‟

מחוץ דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט איז „עס ברענט‟ זיכער געבירטיגס באַקאַנטסט ליד. כאָטש ער האָט עס אָנגעשריבן אין 1936 וועגן אַ פּאָגראָם, איז עס געוואָרן איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער אין די געטאָס און לאַגערן בשעתן חורבן און מע זינגט עס עד־היום אויף חורבן־חזכּרות איבער דער גאָרער וועלט. בענטע קאַהאַנס נוסח פֿונעם ליד איז מײַן באַליבטסטע.

5. מאַנפֿרעד לעם: „אין געטאָ‟

כאָטש ווייניקער באַקאַנט ווי זײַנע אַנדערע חורבן־לידער איז געבירטיגס „אין געטאָ‟ זייער אַ רירנדיק און וויכטיק ווערק, וואָס איז כּדאַי צו הערן. מאַנפֿרעד לעם, אַ דײַטשישער זינגער, אַרבעט שוין איבער 20 יאָר, פֿירנדיק טורן פֿאַר דײַטשישע קינדער אין קראָקע, כּדי זיי זאָלן זיך באַקענען מיט מרדכי געבירטיגס ווערק.

6. אַלפֿרעד שרײַער: „דאָס גאָלדענע לאַנד‟

מע הערט הײַנט זעלטן, צום באַדויערן, דעם פּשוטן פֿאָלקסטיל פֿון די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע זינגער. אָט זינגט אַלפֿרעד שרײַער, אַ תּושבֿ פֿון לוויוו (דאָס אַמאָליקע לעמבערג), געבירטיגס ליד „דאָס גאָלדענע לאַנד‟ אין זיין שיינעם פּשוטן סטיל.

7. ריזע איגעלפֿעלד: „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟

אויף אַן ענלעכן אויטענטישן פֿאָלקסישן אופֿן האָט ריזע איגעלפֿעלד פֿאָרגעשטעלט געבירטיגס „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟ אויף אַן אָוונט בײַם „לאָס־אַנדזשעלעסער קולטור־קלוב‟ אין 1998 געווידמעט געבירטיגס קולטור־ירושה.

8. מרדכי־צבֿי ראָסל: „קינדער־יאָרן‟

געוויינטלעך האַלט איך אַז דאָס זינגען ייִדישע לידער אין אַ קלאַסישן סטיל קלינגט איבערגעטריבן, בפֿרט מיט אַזעלכע פֿאָלקסטימלעכע לידער ווי געבירטיגס „קינדער־יאָרן‟. מרדכי־צבֿי ראָסל איז אָבער אַזאַ טאַלאַנטירטער זינגער, אַז דאָס ליד ווערט בײַ אים פֿאַרוואַנדלט ממש אין אַן איבערלעבונג. מיט זײַן באַסאָוון קול ווערט מען אַריבערגעפֿירט אין די „קינדער־יאָרן‟ פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט.

9. טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל און טאַמאַראַ בראָקס ז׳׳ל: „הוליעט, הוליעט קינדערלעך‟

איינס פֿון געבירטיגס אוניווערסאַלע לידער, „הוליעט, הוליעט קינדערלעך,‟ ווערט דאָ געבראַכט פֿאַר אַ גרעסערן עולם אין טעאָדאָר ביקעלס פּרעכטיקן צוויישפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד.

Click here for the rest of the article...

חמר מדינה, חשובֿע געטראַנקען בײַ חסידים

$
0
0

מען זאגט וועגן איינעם פון די פריערדיגע צדיקים, אז בראנפן האט דער באשעפער באשאפן צוליב זיינע אידעלעך, זיי זאלן מאכן פרנסה דערפון. ווי באקאנט איז פאר אידן אין די קריסטליכע לענדער נישט געווען דערלויבט צו פארמאגן ערד, זענען אידן געווארן סוחרים, און ווען די חכמה פון בראנפן ברענעריי איז ארויסגעקומען איז דאס געווארן א אידישע באשעפטיגונג. דאס איז דאך דער באקאנטער משקה פון דער קרעטשמע ביי די שיידוועגן, דער ארענדאר ביים פריץ.

פרנסה האבן אידן געמאכט פון גויאישע „טרינקערס‟; שיכּורים וואס האבן ליב דעם ביטערן טראפן. אבער בראָנפן איז אודאי אויכעט א הייס חסידישער משקה. אן קיין בראָנפן זאגט מען דאך נישט קיין לחיים. מיט א גלעזל י”ש (ראשי תבות פון „יין שרף‟, ברענעדיגער וויין), דערציילט מען חסידישע סיפורים פון אמאליגע רבי’ס. א לחיים איבער לעקעך מיט בראָנפן נאכן דאווענען איז א פארצייטישער היימליכער איבערלעבעניש, א נאסטאלגישער זכר פון דער אמאל. פארשטייט זיך אין חב״ד זעצט מען זיך נישט צו קיין התועדות אן קיין משקה.

מען קען נישט פארגלייכן די שנאפס וואס אן ערל טרינקט (ווי גייט דאס לידל: „שיכור איז ער, טרינקען מוז ער, ווייל ער איז א גוי‟) צו א לחיים וואס א הייפל אידן מאכן איבער א בראָנפן גלעזל מיט א „גוט ווארט‟ אדער סיפור.

אין הלכה איז פאראן א טערמין וואס הייסט „חמר מדינה‟ די חשובע משקה פון לאנד. א חשובע משקה אין דעם לאקאלן לאנד קען זיין כשר פאר מאכן קידוש און הבדלה. וויין איז שוין טויזנטער יארן דער אינטערנאציאנאלער חמר מדינה, דאס איז די גאלד פון די געטראנקען, דאס פארנעמט טאקע דער חשובסטער ארט אין דער אידישער קולטור, אבער אויסער אידישליך שמעקט עס אויכעט זייער חסידיש, ביים רבי’נס טיש, שבת צו א יארצייט סעודה, רופט דער גבאי אויס די נעמען פון די וואס „שטעלן וויין‟. דאס איז שוין גלייכצייטיג אן הזכרה (דערמאנונג פאר א ישועה). בראָנפן איז שפעטער געווארן א שיתוף צו וויין מיט זיין אינטערנאציאנאלע חשיבות.

ראזשינקע וויין, דאס איז א געשמאקער היימישער פוילישער וויין, געמאכט פון ראזשינקעס, קיין פרישע טרויבן זענען אין די מדינות נישט געווען בנמצא, האט מען געמאכט וויין פון איינגעווייקטע ראזשינקעס, דאס איז די חמר מדינה ביי א סך פוילישע און רוסישע רבי’ס. די וואס געדענקען א קידוש וויין פון ראזשינקעס קענען קיין שבתדיגן טעם נישט שפירן אן אט דעם וויין. גלייך ווי א וויליאמסבורגער איד קען נישט לעבן אן קיין קדם טרויבן־זאפט (גרייפדזשוס).

ביר איז דער היינטיגער אינטערנאציאנאלער גאסן געטראנק, אבער אויך ביי אידן איז עס אנגענומען געווארן ווי א חמר מדינה. ביי א שלום זכר טרינקט מען א גלעזל ביר. מאנכע זאגן אז דער משקה ביר, געמאכט פון גערשטן, ווערט שוין דערמאנט אין דער תורה, דאס איז דער “שכר”. קיין חסידישע זכרונות דערמאנט זיך אבער נישט איבער א ביר. עס וויקלט זיך נישט דערמיט קיין חסידישע נאסטאלגיע.

מעד, די גאליציאנער חנוכה משקה געמאכט פון האניג, שמעקט שוין יא נאסטאלגיש. נאכן קוקן אויפן רבין ווי זיינע אויגן שעפן זיך אן מיטן אור הגנוז, די פארבארגענע הייליגע ליכט וואס גאט האט באהאלטן ביי ששת ימי בראשית (חנוכה איז א געלעגנהייט דאס צו זען דורך די ליכטלאך, אזוי שטייט אין די חסידישע ספרים), שטעלט מען מעד פארן רבי’ן.

אז מען גייט אוועק פון שארפע משקאות, זענען דאך דא קאווע מיט טיי, די הייסע געטראנקען פון דער באבעס טשייניק. קאווע (נישט קאפי אדער קאפעע חלילה) איז דאך איין שטיק חסידישקייט. א חסידישע קאווע איז גאר עפעס אנדערש ווי אפילו א ליטווישע ישיבישע קאווע. מיט וואס גרייט זיך א חסידישער יונגערמאן צום דאווענען אינדערפרי? מיט א חסידישן ספר, א טעפל קאווע, הכנות, און א מקווה. וואס הערט זיך דען מער היימיש און חסידיש ווי א „קאווע שטיבל‟? דארטן ווערט מען פארהיימישט מיט דער גאנצער היימישקייט. א קאווע פלעק אויפן גרויסן חסידישן טלית קטן איז א משלנו היימישער סימבאל. פיל מיט בליציגע רעיונות זענען פאראן אויף א טעפל קאווע, קאווע מיינט דאך האפענונג, קווה אל ה’ חזק ויאמץ, א האפענונג צו גאט זיך צו שטארקן. ס׳איז טאקע דא א חסידישע האפענונג: „לאכן פון דער וועלט, פארן רבין א קוויטל געשטעלט‟. דער סדר וויאזוי צוצוגרייטן די קאווע דארף שטימען מיט חסידישער קבלה. צוערשט גיסט מען אריין די שווארצע ביטערע קאווע וואס רעפרעזענטירט דין, שארפן משפט, דערנאך פארדעקט מען דעם „דין‟ מיט ווייסע מילעך וואס ווייזט רחמים.

טיי איז דער געטראנק פונעם בלאט גמרא. אבער אין ארץ ישראל איז א גלעזל טיי דער געטראנק אויף וואס זקני ירושלים שמועסן חסידישע מאמרים צוזאמען מיט פאפיטעס [סעמעטשקעס]. דאס איז חסידישע נאסטאלגיע נאך די געסעלעך פון א שבתדיגע ירושלים.

און לאמיר נישט פארגעסן די לייכטע קאלטע געטראנקען, אויך דא געוואנדן אין די אינטערנאציאנאלער חמר מדינות. קאלא, דער סאדע, איז געווען א באליבטע משקה ביי א סך רביס פונעם פריערדיגן דור. איינער פון די פריערדיגע לעלובער רבי’ס (זיי זענען באקאנט מיטן זיין זייער אריגינעל און נאטירליך) פלעגט ביים טיש כסדר בעטן צו דערלאנגען „די שווארצע סאדע‟. גלייך ווי אין דער וועלט איז אויך ביי חסידים דא א חילוקי דעות צו „קאקא קאלא‟ מיטן הכשר פונעם חב״דסקן הרב לאנדאו, אדער „פעפסי‟ מיטן קנאישן עדה החרדית הכשר. די חסידים פונעם עדה החרדית רב ר’ משה אריה פריינד געדענקען ווי זייער רבי האט ביים טיש אפט פארטרונקען דאָס עסן מיט פעפסי. 

מאראנצן זאפט [אראנזש דזשוס] איז דאך דער פרוכטיגער אינטערנאציאנאלער געטראנק, ספעציעל אין אמעריקע, דאס איז געווארן א טייל פונעם יידישן טיש, ביי א סעודת מצווה, א מסיבת לחיים, און ביים אפפאסטן אין שיל. מיט דער צייט וועט עס שוין אויך קריגן א חסידישן טעם.

Click here for the rest of the article...

אַ בינטל בליצבריוו: ער רעדט מער ניט מיט מיר

$
0
0

טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,

ס’האָט זיך געשאַפֿן בײַ מיר אַן אומבאַקװעמע סיטואַציע אין מײַן קליינער געזעלשאַפֿטלעכער סבֿיבֿה: עס זענען דאָ צוויי מענטשן מיט וועמען איך האָב אָנגעשטרענגטע באַציִונגען, און עס טרעפֿט ניט זעלטן אַז מיר געפֿינען זיך אױפֿן זעלבן קליינטשיקן אָרט. זאָגן דעם ערשטן אַ גיכן שלום־עליכם איז שוין אַ געוווינהייט, אָבער מיטן צװײטן איז אַן אַנדער, מער טרױעריקע מעשׂה, ווײַל כאָטש מיר זענען געווען גוטע פֿרײַנד רעדט ער בכלל ניט מיט מיר צוליב סיבות וואָס זענען מיר ניט קלאָר. איך וויל זײַן העפֿלעך און אים באַגריסן, אָבער ס׳איז מיר ניט באַקװעם צוצוגײן צו עמעצן װאָס וויל קענטיק ניט שמועסן מיט מיר. בקיצור, ס’רײַסט מיר דאָס האַרץ צו זיצן אין זאַל מיט אַ נאָענטן מענטש וואָס וויל ניט רעדן מיט מיר, און איך װײס ניט װי אַזױ זיך צו פֿירן.

װאָס עצהט איר: גיין אױף אונטערנעמונגען און זיך באַהאַלטן אין אַ װינקל אומעטיקערהייט? צי זיצן אין דער הײם און חלומען וועגן אַן אידילישער סבֿיבֿה, פֿרײַ פֿון קאָמפּליצירטע באַציִונגען?

גרוסן פֿון אַ פֿאַרצװייפֿלט מײדל װאָס פֿילט זיך װי אַ מצורע.

טײַערע מצורטע,

נו, קיין איינע פֿון די ברירות וואָס איר לייגט פֿאָר איז ניט געוווּנטשן, אָבער דאָס ווייסט איר שוין אַליין.

דאַכט זיך, אַז אײַער פֿראַגע איז מסתּמא אַן אַנדערע, דהײַנו: „ווי אַזוי קען איך אַרויסקריכן פֿון מײַן טיפֿן עגמת־נפֿש וועגן מײַנע איבערגעהאַקטע פֿרײַנדשאַפֿטן, און ווי אַזוי קען איך בײַקומען מײַן שעמעוודיקייט ווען איך זע די צוויי מענטשן, כּדי איך זאָל ניט מוזן פֿאַרלאָזן אַ געזעלשאַפֿט וואָס איז מיר טײַער?‟

ניט קיין גרינגע פֿראַגעס — איך לײַד מיט מיט אײַך. ס׳איז טאַקע ניט גרינג זיך צו זען מיט מענטשן וואָס רופֿן אַרויס נעגאַטיווע געפֿילן, ספּעציעל ווען די געפֿילן זענען נאָך פֿרישע.

איין ברירה איז צו מאַכן אַ שטיקל איבעררײַס פֿון דער דאָזיקער סבֿיבֿה. אויב אַ געוויסע זאַך טוט צו פֿיל וויי איז אַ מאָל בעסער אויף דערווײַל זיך דערווײַטערן דערפֿון. זיצט אָבער ניט אין דער היים! געפֿינט אַנדערע סבֿיבֿות וווּ איר קענט זיך באַקענען מיט מענטשן. ס׳איז סײַ־ווי גוט צו פֿאַרברענגען מיט מער ווי איין געזעלשאַפֿט.

אָדער איר קענט זיך אָנטאָן אַ כּוח און יאָ ווײַטער גיין אויף די אונטערנעמונגען. איר האָט דאָך פּונקט אַזאַ רעכט דאָרט בײַצוזײַן ווי די אַנדערע! באַהאַלט זיך אָבער ניט אין ווינקל; פֿאַרברענגט מיט אײַערע אַנדערע חבֿרים און באַקענט זיך מיט נײַע מענטשן. לכתּחילה וועט אײַך אפֿשר זײַן אַ ביסל אומבאַקוועם אָבער מיט דער צײַט וועט איר זיך שוין צוגעוויינען.

אין דעם פֿאַל לייג איך פֿאָר אַז איר זאָלט טאָן ביידע זאַכן: גייט ווײַטער אויף אײַערע געוויינטלעכע אונטערנעמונגען אָבער פּרוּווט אויך געפֿינען נײַע סבֿיבֿות און נײַע חבֿרים.

אַגבֿ, אויב יענער וויל מיט אײַך ניט רעדן, איז בעסער אים צו לאָזן צו רו. לכתּחילה וועט אײַך אפֿשר זײַן שווער דאָס צו טאָן, אָבער צום סוף וועט דאָס מסתּמא זײַן גרינגער פֿאַר אײַך ביידן.

און זײַט געדולדיק. ס׳קען נאָך דויערן אַ שטיקל צײַט ביז איר וועט בײַקומען דעם טרויער אָבער מיט דער צײַט וועט איר, מירצעשעם, געפֿינען גליק.

מיט דערמוטיקנדיקע גרוסן,

די בינטל־בליצבריווניצע


טײַערע בינטל־בליצבריווניצע,

פֿאַר וואָס זענען מײַנע באַציִונגען מיט מענטשן וואָס וווינען ווײַט פֿון מיר, אַזוי פֿיל שטאַרקער ווי מײַנע באַציִונגען מיט מענטשן וואָס וווינען אין דער זעלבער שטאָט? ווי אַזוי קען איך אָנקניפּן און אַנטוויקלען באַדײַטנדיקע באַציִונגען מיט מענטשן וועמען איך זע כּסדר פּנים־אל־פּנים?

עלנטקייט איז מיר אַזוי נימאס

טײַערע עלנטקייט,

איך פֿאַרשטיי אײַך זייער גוט! ס׳איז טאַקע אַ סך גרינגער זיך צו פֿאַרבינדן מיט עמעצן וואָס געפֿינט זיך ווײַט, מיט עמעצן וואָס איז אײַך ניט אַזוי גרויס אין די אויגן מיט דענערווירנדיקע געוווינהייטן און דרינגענדיקע פֿאָדערונגען. אָפֿט מאָל ווערן מענטשן גרינגער דענערווירט פֿון אַ נאָענטן קאָנטאַקט מיט אַ מענטש. ס׳איז זיי שווער זיי אָפּצוזאָגן ווען זיי בעטן פֿאַרשיידענע בקשות און בקשהלעך, און אפֿשר אויך פֿאַר מענטשן וואָס האָבן שוועריקייטן מיטן אויסדריקן אייגענע געפֿילן, באַדערפֿענישן, באַגערן, אאז”וו.

דאָס איז שוין צום טייל אַן ענטפֿער אויף אײַער צווייטער פֿראַגע: אײַער מצבֿ וועט זיך פֿאַרבעסערן ווען איר וועט אַנטוויקלען די פֿעיִקייט אויסצודריקן אײַערע געפֿילן פֿאַר אײַערע נאָענטע! איך ווייס אַז ניט אַזוי גיך טוט זיך ווי ס’רעדט זיך אָבער דאָס איז דער ערשטער טראָט. אויב איר וועט זיך קענען בעסער אויסדריקן פּנים-אל-פּנים, וועט איר צוציִען אינטערעסאַנטע מענטשן, און בכלל וועלן מענטשן אײַך ניט אַזוי פֿיל דענערווירן ווי פֿריִער.

דאָס איז גילטיק סײַ אויף פּאָזיטיווע אויסדרוקן, סײַ אויף נעגאַטיווע. איר מוזט זיך קענען אויסדריקן ווען עפּעס שטערט אײַך אָדער איר ווילט עפּעס בעטן בײַ עמעצן. דאָס מיינט אַז איר וועט מוזן זיך אָנטאָן אַ כּוח און צוגיין צו מענטשן וואָס אינטערעסירן אײַך — אַפֿילו אויב איר שעמט זיך אַ ביסל דאָס צו טאָן פּנים-אל-פּנים. און איר מוזט אויך זײַן גרייט אָפּגעזאָגט צו ווערן. אַ מאָל וועלן מענטשן אַפֿילו דערקענען אַז איר פֿילט זיך באַליידיקט. דאָס איז טאַקע זייער שווער, אָבער סימפּאַטישע מענטשן וועלן אײַך ניט מישפּטן דערפֿאַר.

הלוואַי וואָלט איך פֿאַר אײַך געהאַט אַ מיטל וואָס קען אײַך אָנגאַרטלען מיט מוט! דערווײַלע אָבער, זײַט וויסן אַז עס וועט דויערן צײַט, און איר וועט אפֿשר דאַרפֿן הילף, פֿון אײַערע ווײַטע חבֿרים אָדער אַפֿילו פֿון אַ טעראַפּעווט. ס׳איז אָבער כּדאַי צו אַרבעטן איבער דעם, ווײַל ס׳איז שיין צו האָבן חבֿרים מיט וועמען איר קענט זײַן היימיש און וואָס זענען נישט קיין קאַלטע לונג־און־לעבער!

זאָל זײַן מיטן רעכטן פֿוס!

אײַער עלעקטראָנישע חבֿרטע,

די בינטל־בליצבריווניצע

Click here for the rest of the article...

ווידעאָ: טיי מיט אַ ייִדישן טעם

$
0
0

שׂרה־רחל שעכטער און איוו יאָכנאָוויץ ווײַזן ווי צו מאַכן אַ גלאָז טיי אַזוי ווי מע האָט געטאָן אין מיזרח־אייראָפּע און ווי מע קען עס טרינקען אויף אַן עכט־ייִדישלעכן אופֿן (רמז: מע דאַרף אַ קאָסקע צוקער).

Click here for the rest of the article...

„גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟ פֿון שׂרה גאָרבי

$
0
0

אויף „יוטוב‟ קען מען זען אַ סך פֿילמען, אין וועלכע געניטע זינגער שטעלן פֿאָר ייִדישע לידער. ס׳איז אָבער דאָ עפּעס אוניקאַל אין דעם ווידעאָ פֿון שׂרה גאָרבי, אין וועלכן זי זינגט מאַני לייבס „גייען זיי אין די שוואַרצע רייען‟, באַגלייט פֿון אַ פּויק, וואָס זײַנע ריטמישע קלעפּ שפּיגלען אָפּ דעם אומעט פֿון ליד.

דער פֿילם איז אַ טייל פֿון אַ קאָנצערט פֿון חורבן־לידער, וואָס גאָרבי האָט געהאַלטן אין פּאַריז אין 1966. לייב האָט לכתּחילה אָנגעשריבן דאָס ליד וועגן די ייִדישע פּליטים פֿון פּאָגראָמען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה אָבער ס׳איז שפּעטער אַדאַפּטירט געוואָרן ווי אַ חורבן־ליד.

אויך זייער רירנדיק איז גאָרביס אומפֿאַרגעסלעכער נוסח פֿון מאַרק שוויידס „מודה אַני‟ אינעם זעלביקן קאָנצערט, אין וועלכן זי ווערט באַגלייט פֿון דרײַ „קרישטאָל־אָרגלען‟ — אינסטרומענטן, וואָס פּאַסן זיך פּערפֿעקט צו צו איר קול. די מוזיק צו ביידע לידער האָט געשאַפֿן מיכל געלבאַרט.

שׂרה גאָרבי (פֿון דער היים גאָרבאַך) איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו, בעסעראַביע אין 1900. זי האָט זיך געלערנט אין אַ מוזיק־קאָנסערוואַטאָריע אין יאַס צו 17 יאָר, און האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין פּאַריז מיט איר מאַן. אין 1940 איז זיי געלונגען צו אַנטלאָפֿן קיין האַיִטי און דאָס פּאָרל האָט זיך דערנאָך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וווּ זי איז געוואָרן אַ פּאָפּולערע זינגערין אויף ייִדיש, רומעניש און רוסיש. אין 1948 האָט זי געמאַכט אַ קאָנצערט־טור אויף ייִדיש איבער די „די־פּי‟־לאַגערן פֿון אייראָפּע.

אין פּאַריז האָט זי אַרויסגעלאָזט אַלבאָמען אויף ייִדיש, פֿראַנצויזיש און רוסיש. נאָך דעם, וואָס זי האָט באַזוכט ישׂראל, האָט זי צוגעגעבן צו איר רעפּערטואַר אַ ריי לידער אויף העברעיִש און דזשודעזמע. אין 1960 האָט זי אָנגעהויבן אַ צוויי־יאָריקן טור איבער דרום־אַמעריקע און האָט בעת אַ וויזיט אין בוענאָס־אײַרעס פֿאַרענדיקט דרײַ אַלבאָמען אויף רוסיש, ייִדיש און ציגײַנעריש. זי איז געשטאָרבן אין 1980 אין פּאַריז.

Click here for the rest of the article...
Viewing all 767 articles
Browse latest View live