Quantcast
Channel: The Yiddish Daily Forward – Blogs – All
Viewing all 767 articles
Browse latest View live

„ווען‟ געזונגען פֿון דודי קאַליש און דעם ידידים־כאָר

$
0
0

ממש אין די לעצטע זיבן טעג האָט מען אַרויסגעלאָזט פֿיר נײַע לידער אויף ייִדיש פֿון פּאָפּולערע חסידישע זינגער און כאָרן. די אַלע לידער ווײַזן בולט אָן, אַז די חסידישע מוזיק־וועלט וואַקסט און מאַכט דורך אַן איבערגאַנג פֿון סטילן און דורות.

צווישן די נײַע לידער געפֿינט מען „ווען‟, אַ צוזאַמענאַרבעט צווישן דודי קאַליש, איינער פֿון די פּאָפּולערסטע הײַנטצײַטיקע חסידישע זינגער און קאָמפּאָזיטאָרן, און דעם „ידידים־כאָר‟. דאָס ליד אַליין איז שיין אָבער גאָרניט קיין חידוש פֿאַר די וואָס הערן זיך צו צו אַנדערע לידער פֿון קאַליש אָדער דעם ידידים־כאָר.

וואָס איז יאָ אַ נאָווינע איז דער מוזיק־ווידעאָ, געמאַכט דורך Sharp Productions אין אַן אויסגעפּוצטן סטיל, וואָס דערמאָנט מער די וועלט פֿון היפּסטערס איידער דעם עולם החסידות. אַז מע טוט אָבער אַ קוק אויף דעם ריזיקן רעסטאָראַן אין גאַונאַס, ברוקלין וווּ מע האָט פֿילמירט דעם ווידעאָ, דערוויסט מען זיך אַז ער איז טאַקע אַ כּשרער. Bison and Bourbon זעט עסטעטיש אויס ווי אַ היפּסטער־רעסטאָראַן מיט זײַנע דעקאָראַציעס פֿון די 1920ער יאָרן און שיינע הילצערנע מעבל אָבער ער איז אויך דער גרעסטער כּשרער רעסטאָראַן אין גאַנץ ברוקלין. דער רעסטאָראַן, וואָס סערווירט טײַערע סטייקן, לעמל־פֿלייש און פּערואַנישע עסן, באַנאַנד מיטן פּערפּלענעם „פּאָנטיאַק‟ פֿון די 1980ער יאָרן, גיט דעם פֿילם אַ געפֿיל פֿון וועלטלעכער סאָפֿיסטיצירטקייט. ווי עס פּאַסט אָבער פֿאַר אַ חסידישן מוזיק־ווידעאָ, מאַכט מען אַ מין „קומזיץ‟ און מע זינגט וועגן ביאת־המשיח. אַזאַ צונויפֿגאָס פֿון גײַסטיקער התפּעלות מיט גשמיות וועט אפֿשר אין גיכן ווערן אַ פּאָפּולערע סטיל בײַ די חסידישע מוזיק־ווידעאָס.

Click here for the rest of the article...

אַן אײַנרעדעניש ערגער פֿון אַ קרענק?

$
0
0

אנגסט (anxiety) איז ווי א תפיסה אן אן ארויסגאנג.

א פאניק וואס נאגט אין מח.

א שטימע וואס הילכט אפ ווי א דונער מיט א ווידערקול.

א שטריק וואס דערשטיקט דעם האלדז — צוביסלעך.

א באמבע וואס באכעט אין הארץ.

א דיבוק וואס מען פארכט איום ונורא.

א פערזענליכע אפאקאליפסיע.

מען שפירט ווי מען גייט אויס צוביסלעך. עס נעמט איבער דעם מח און לאזט נישט קיין ארט פאר רעאליטעט. די הארץ קלאפענישן ווערן שטארקער, די אויגן — פארבלענדט, דער אטעם — שווערער, און דער האלדז — טרוקענער. מען פראבירט זיך בארואיגן מיט א טיפן אטעם אבער דאן הייבט מען אן טראכטן אז עפעס שטעקט אין האלדז און די מחשבות הויבן אויך אן לויפן. מען ווייסט שוין אליין נישט וואס איז עכט און וואס נישט און דאס מאכט דעם מענטש הילפלאז.  

אנגסט לאזט נישט דעם מענטש לעבן רואיג. עס לאזט נישט דעם מענטש גיין אין ערגעץ. מען קען זיצן ביים ברעג ים און די וועטער איז הערליך, ס’בלאזט א ווארימע ווינטל און די זון גלעט דעם פנים מיט ליבשאפט, אבער אויב טוען די געדאנקען לויפן העלפט נישט גארנישט.

אוי וויי, אפשר וועל איך ווערן פארברענט פון די זון… אפשר איז דער מענטש וואס זיצט נישט ווייט פון מיר א מערדער און פלאנט שוין מיין טויט… אפשר גייט א שארק פיש ארויסטאנצן פון וואסער און מיך אויפעסן… אפשר גייט פלוצלונג פון ערגעץ ווי ארויסוואקסן א טעראריסט און אנהייבן שיסן… און אזוי רוישט דער מח אזוי ווי די כוואליעס פונעם וואסער וואס קראכן אריין אינעם זאמד ביים ברעג.  

א מענטש וואס ליידט נישט דערפון וועט קיינמאל נישט פארשטיין ווי שווער דאס איז צו באקעמפן. יעדן טאג איז דאס אן עקסטער געראנגל פאר זיך. א קריג מיט די מחשבות. מען פראבירט אוועקשטיפן געדאנקען וואס הייבן אן אריינקריכן ווי קליינע ווערימלעך. מען פראבירט כאפן א טיפן אטעם. אבער נאך דעם וואס עס הויבט זיך אן און עס נעמט איבער, איז שוין זייער שווער ארויסצוגיין דערפון. עס קומט אפט פון צופיל אריינטראכטן און אפילו מען זאגט זיך: טראכט נישט דערפון, העלפט עס נישט אלעמאל. 

מען זאגט: אן איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק. מען כאפט אפילו נישט ווי טיף איז דער טייטש פון די ווערטער, און וואס פארא גרויסן מוסר השכל מען קען דערפון ארויסנעמען. ווען א מענטש ליידט, ליידער, אויף א פיזישע קרענק, באקומט ער נאר חיזוק און גוטע ווערטער מיט וואונטשן. אבער אויב ליידט איינער ל״ע פון א גייסטישע קרענק דאן זאגן מען וועגן אים: „עעע, ער איז א משוגענער…‟; „עעע, ער האט צוטאן מיט די נערוון…‟ „אאא, מאכטס זיך נישט נאריש; עס איז נאר אן איינרעדעניש‟. עס איז פונקט אזוי וויכטיג זיך צו האלטן גייסטיש געזונט ווי פיזיש. און אויב איז עס אמת וואס מען זאגט אז אן איינרעדעניש איז ערגער פון א קרענק דארף מען אוודאי און אוודאי מחזק זיין די וואס ליידן דערפון אדער סיי וועלכע גייסטישער פראבלעם ווייל ס׳איז דאך טאקע ערגער פון א קרענק.  

אזויפיל מענטשן ליידן אויף גייסטישע קרענק און קיינער ווייסט נישט דערפון. מען שטעלט אן א פנים פונדרויסן כאילו אלעס איז וואול און גוט, אבער פון אינווייניג עסט דער מענטש זיך אויף, פילט זיך צובראכן און קיינעם פאלט אפילו נישט איין וואס גייט פאר. און א סך מענטשן, ליידער, באקומען נישט די ריכטיגע הילף און באהאנדלונג [treatment] ווייל זיי שעמען זיך דערמיט.

אבער פארקערט — דאס איז בכלל נישט קיין בושה! איך פארשטיי נאכנישט פארוואס דאס איז מער א בושה ווי א פיזישער קרענק. מיר דארפן מער רעדן דערפון כדי אז די וואס ליידן דערפון זאלן זיך נישט פילן אזוי אומבאקוועם דערמיט. זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן פון אונזערע אייגענע תפותות און צוקומען צו אמת׳ע מנוחת הנפש. אמן.

Click here for the rest of the article...

תּפֿילה

$
0
0

אויב מאַכסט שוין אַזוי, אַז אויף מײַן מאָדנעם לעבנסוועג קאָן איך
ניט אויסמײַדן כּלערליי קלעפּ, וואָס גאַנץ אומגעריכט שלאָגן, —
איז גיב זשע מיר, רבונו–של–עולם, דאַן כאָטשבי כּוח,
כּדי כ׳זאָל זיי גובֿר זײַן תּמיד און גרינג זיי פֿאַרטראָגן.
ניט ווירדיק איז דאָך פֿאַר אַ מאַנצביל אַ לײַכט לעבן בעטן.
נאָר אויב שוין נסיונות מיר שיקסט, וואָס פֿאַרשאַפֿן יסורים,
איז שיק מיר אויך חכמה, כ׳זאָל תּיכּף דעם ווייטיק פֿאַרגלעטן
און שפּאַנען אָן פּחד אַנטקעגן פּורעניות און שטורעם.
ס׳וואָלט סקוטשנע, מסתּמא, דאָס לעבן געווען אָן סורפּריזן.
נאָר אויב שאַפֿסט אַ סך אומדערוואַרטקייטן אומאײַנגענעמע,
איז שענק מיר המצאהדיקייט, איך זאָל שטענדיק גלײַך וויסן,
וואָס בעסער צו טאָן, און דעם תּוך פֿון זיי ריכטיק באַנעמען.
מיט אָט די דרײַ זאַכן באַזאָרג און באַוואָפֿן מיך זיכער —
דאַן אויסשטיין איך וועל, און ניט אָפּראַמען וועט מיך קיין וויכער. 

Click here for the rest of the article...

די שקיעה פון דער סאַטמערער שיטה

$
0
0

סאטמאר האט פארמאגט א גרויסן רבי’ן. ס’איז א פאקט אויף וואס קיינער אויף ווי ווייט איך ווייס קריגט זיך נישט. דער סאטמארער רבי איז געווען א גאון, א גוטער, א חכם, אן עסקן און נאך. בגשמיות איז ער געווען א געשמאקער, כאריזמאטישער מענטש מיט וועמען מ’האט געקענט שמועסן איבער וועלטליכע זאכן. ער האט פארמאגט א גוטן הומאר-חוש און האט געקענט שפילן די ראלע פון א פיפיגן דיפלאמאט. ער איז דערצו געווען א געלונגענער ארגאניזאטאר, מיט געזונטע קאמוניקאציע-מעגליכקייטן. בקיצור: א צדיק און גאון וואס איז געשטאנען מיט איין פוס אין הימל און מיט’ן צווייטן אויף דער ערד.

דער רבי איז זיכער געווען איינער פון די גרעסטע גדולים אינעם פריערדיגן דור. ס’זענען געווען נאך גאונים, עובדים, בעלי חסד, עסקנים, ארגאניזירערס, און סתם אזוי געלונגענע מענטשן, וואס זענען אים אפשר איבערגעשטיגן מיט דער אדער יענער אייגנשאפט. אבער אזא השלמה, צו פארקערפערן אין זיך אזויפיל מעלות און מנהיגות-מעגליכקייטן, מיט דעם איז ער געווען א חידוש.

Click here for the rest of the article...

„זיצט די מאַמע‟: אַ שמד־באַלאַדע פֿון קעשענעוו

$
0
0

כאָטש דאָס חתונה האָבן צווישן ייִדן און גויים איז הײַנט גאַנץ אָנגענומען אין אַמעריקע, איז עס געווען אַ זעלטענע און אַפֿילו טראַגישע געשעעניש אין דער אַלטער היים. דערפֿאַר האָט זיך טאַקע אַנטוויקלט אַן אייגענער זשאַנער פֿונעם ייִדישן ליד — די שמד־באַלאַדע — וואָס דערציילט פֿון אַזעלכע פֿאַלן אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן.

צווישן די הונדערטער לידער וואָס ד״ר דובֿ־בער קערלער און ד״ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער פֿונעם „אַהיים־פּראָיעקט‟ בײַם אינדיאַנער־אוניווערסיטעט האָבן פֿילמירט אין מיזרח־אייראָפּע בײַ דער שארית־הפּליטה, געפֿינט מען עטלעכע אַזעלכע שמד־באַלאַדעס. איין פּרעכטיקער מוסטער זינגט זעלדע רויף פֿון קעשענעוו אין איר היימישן בעסעראַבער דיאַלעקט. דאָס ליד „זיצט די מאַמע‟, דערציילט פֿון אַ ייִדיש מיידל, וואָס אַנטלויפֿט מיט אַ טשאַבאַן (פּאַסטעך). נאָך דעם וואָס די מאַמע געפֿינט איר אַנטלאָפֿענע טאָכטער, פּרובירט זי איר אײַנצורעדן זיך אומצוקערן, און חתונה האָבן מיט אַ ייִדשן בחור. אין דער סאַמע לעצטער שורה פֿונעם ליד דערקלערט די טאָכטער, אַז זי „קען ניט פֿאַרלײַדן די ייִדישע נאמנה (אמונה)‟.

די ווערטער צום ליד און מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם זשאַנער קען מען לייענען דאָ אויפֿן בלאָג „ייִדיש ליד פֿון דער וואָך‟, וואָס עס האָט געשאַפֿן איציק גאָטעסמאַן https://yiddishsong.wordpress.com/2014/04/.

Click here for the rest of the article...

„רבנו־תּם‟ געזונגען פֿון חוה אַלבערשטיין און שמעון דזשיגאַן

$
0
0

שמעון דזשיגאַן איז ניט בלויז געווען אַ טאַלאַנטירטער קאָמיקער און אַ וויכטיקער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער הומאָר, נאָר אויך, אַ פּנים, אַ שטיקל מוזיקער.

אויף זײַן איינמאָליקער טעלעוויזע־פּראָגראַם אין ישׂראל, די איינציקע וואָס מע האָט אַמאָל געמאַכט אויף ייִדיש אינעם ייִדישן לאַנד, האָט ער פֿאַרבעטן חוה אַלבערשטיין אויפֿצוטרעטן ווי זײַן „מוזיקאַלישער גאַסט‟. אַלבערשטיין האָט געזונגען עטלעכע ייִדישע לידער, אַרײַנגערעכנט איציק מאַנגערס „רבנו־תּם‟ פֿון זײַנע „מגילה־לידער‟. בעת אַלבערשטיין זינגט דאָס ליד באַגלייט זי דזשיגאַן דורכן פֿײַפֿן און מאַכן אַנדערע קלאַנגען. פֿון דעם חנעוודיקן שטיקל קען מען זען, אַז דער קאָמיקער האָט טאַקע געהאַט אַ חוש פֿאַר מוזיק און ריטעם.

דער ווידעאָ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט טשאַרלס גאָלדשלאַגער אויף זײַן יו־טוב קאַנאַל.

Click here for the rest of the article...

מגילת־אסתּי

$
0
0

„דער בעסטער אופֿן אויסצומײַדן זיך צו טרעפֿן מיט עמעצן פּנים־אל־פּנים, איז אים נאָכפֿאָלגן טריט בײַ טריט‟.

ר’ מאיר אָקון האָט דעם שאַרפֿזיניקן זאָג ערגעץ אויסגעלייענט אָדער געהערט, און דווקא, ווײַל ער איז אים געפֿעלן געוואָרן, האָט דער „היימישער בלש‟ אים פֿאַרגעדענקט. דאַכט זיך, ווי צוגעפּאַסט צו דעם, וואָס עס קומט נישט זעלטן אויס צו טאָן יעדן דעטעקטיוו. ר’ מאיר פֿלעגט זיך אָבער באַמיִען זיך אַרויסצודרייען פֿון אַזאַ שטיקל אַרבעט, כאָטש נאָכפֿאָלגן איז, חלילה, נישט פֿאַרפֿאָלגן. און דאָך שטעקט אין דעם נאָכפֿאָלגן — דאָס נאָכגיין בגנבֿה נאָכן מענטשן, אים נאָכקוקן און אויסשמעקן וואָס און ווען, כּדי דערנאָך צושטעלן אַ פֿולן באַריכט — עפּעס הינטיש. באַזונדערס האָט ער עס דערפֿילט נאָך יענעם ענין, וואָס האָט זיך אײַנגעקריצט אין זײַן זכּרון מיט אַ נאָגנדיקן ווייטיק און פֿאַרדראָס אויף זיך אַליין…

ר’ מאיר האָט זיך טאַקע נישט געוואָלט נעמען אויסצופֿאָרשן דעם ענין. דאָס האַרץ איז אים נישט געלעגן נאָכצופֿאָלגן די יונגע פֿרוי, און ווי איר מאַן האָט עס בײַ אים געפֿאָדערט: נישט פֿאַרשווײַגן קיין שום פּרט! צוליב דעם צאָלט ער אים! אײַ, אייפֿערזוכט, עס מאַכט בלינד דעם מאַן און אומגליקלעך זײַן פֿרוי!

Click here for the rest of the article...

א מעשה'לע וועגן שלש שבועות (חלק א')

$
0
0

דאס יאר איז געווען 1840, די צייט פון אייראפעאישער פרילינג און נאציאנאלער אויפוואכונג פון פעלקער. איך בין געשטאנען ביי די ברעגעס פונעם שיינעם בלויען דאָנאַו, אדער אויפ’ן „דאנובע‟ ווי אנדערע רופן עס, און איך האב דערזען א שפאלט אינעם בלוי-פארצויגענעם הימל איבער מיר. דורכ’ן שניט וואס האט זיך געשאפן האב איך געקענט אריינקוקן און זען ווי עס פליען ארויף און אראפ די שרים פון די שבעים אומות, נישט קענענדיג זיך אויסגלייכן איבער די צוקונפטיגע גרעניצן פון דער וועלט. אין יענער צייט איז דייטשלאנד, פוילן, גאליציע, אונגארן, און נאך אנדערע מדינות געווען אונטער דער עסטרייכישער אימפעריע.

דער עסטרייכישער שר אין הימל האט גע’טענה’ט אז כל זמן די וועלט איז פאראייניגט אונטער איין אימפעריע איז עס א טובה פאר אלעמען, ווייל דאס האלט אפ מלחמות צווישן פעלקער. קוים לאזט מען אז יעדעס פאלק און נאציאן זאל זיך מאכן שבת פאר זיך, וועט באלד אויסברעכן א בלוט-באד אויפ’ן כדור הארץ, ווייל יעדע גרופע וועט זיך וועלן אפרייסן פון זיין סביבה און אויפהייבן א פאן פון זעלבסטשענדיגקייט. נאר מילא אז עסטרייך טענה’ט איז נאכנישט אלעס, די ארומיגע פעלקער האבן מיט אים נישט מסכים געווען, און געפאדערט אז עסטרייך זאל מוחל זיין אפלאזן די לייצעס פון אייראפע.

ווינטן פון נאציאנאלער שטאלץ האבן דערווייל אנגעהויבן בלאזן איבער אייראפע. אין א ווינקל פון א גאס אין פאריז איז זיך געזעסן א יונג מיידל מיט אן אקארדיאן און געשפילט דאס פראנצויזישע לידל, „סא(ס) לע-סיעל דע פאריז‟. די מאסן-קולטור האט אריינגעשלעפט טויזנטער מענטשן אין די טעאטערס, ווערנדיג מיטגעריסן מיט דער אייראפעישער קונסט פון מוזיק און דראמא. אויפ’ן טאקט פונעם וואלס האבן זיך טענצלעך פארמירט אין די באלן, אייננעמענדיג דעם גאנצן קאנטינענט. דער שר של צרפת האט פריי געשוועבט איבערן לאנד און געשעפט נחת.

Click here for the rest of the article...

איז די ריזיקע פֿון ראַק העכער בײַ פֿרויען אָן קינדער?

$
0
0

ליבער ד”ר בערגער,

איך בין אַ פֿרױ אױפֿן שװעל פֿון װערן אַ דרײַסיק־יאָריקע, און איך בין נישט קײן חתונה־געהאַטע. איך הײב אָן לעצטנס צו פֿאַרשטײן אַז איך װעל אפֿשר פֿאַרפֿעלן די געלעגנהײט צו געבױרן ביאָלאָגישע קינדער. עס פֿאַרשטײט זיך אַז עס פֿאַלן מיר אײַן פֿאַרשײדענע מחשבֿות דערװעגן, אָבער אפֿשר קענט איר מיר העלפֿן מיט אײנער פֿון זײ: איך האָב געהערט אַז פֿרױען װאָס האָבן נישט קײן קינדער לײַדן אָפֿטער פֿון ראַק. צי איז דאָס אמת (כאָטש איך פֿאַרשטײ אַז פֿאַר זיך איז דאָס נישט קײן גוטע סיבה צו געבױרן אַ קינד)? װאָס מײנט איר אין אַלגעמײן װעגן דער „נאַטירלעכקײט‟ פֿון געבױרן צי נישט געבױרן קינדער, און װי אַזױ דאָס קען װירקן אױפֿן גוף?

אײַער
„כ’וויל בעסער אַרויסברענגען ביכער ווי קינדער אויף דער וועלט‟


טײַערע „ביכער‟,

מע קען טענהן, אַז די האָרמאָנען וואָס ווערן אויסגעשיידט פֿון די אייערשטאָק ביז דער מענאָפּויזע קענען טאַקע העכערן די ריזיקע פֿון ראַק. אַלץ וואָס פֿאַרלענגערט די צײַט ווען דער גוף ווערט אויסגעשטעלט אויף די האָרמאָנען קען פֿאַרהעכערן די ריזיקע (צום בײַשפּיל, אַ מיידל וואָס הייבט אָן זייער יונג צו מענסטרויִרן, אָדער זייער אַ שפּעטע מענאָפּויזע) און אַלץ וואָס פֿאַרמינערט די צײַט פֿון האָרמאָנען־אויסשיידונג (למשל, דאָס טראָגן) קען פֿאַרקלענערן די ריזיקע.

דאָס אַלץ רעדט זיך גרינג. וואָס ווײַזן אָבער די וויסנשאַפֿטלעכע שטודיעס, און צי דאַרף מען זיך זאָרגן וועגן אַ פֿאַרבינדונג צווישן נישט-האָבן און ראַק? אַ הײַיאָריקער סיסטעמאַטישער איבערבליק פֿון דער מעדיצינישער ליטעראַטור ווײַזט אָן, אַז דער שאַנס פֿון ברוסטראַק שטײַגט אויף אַנדערטהאַלבן מאָל בײַ פֿרויען וואָס געבוירן נישט קיין קינדער. איידער מע ווערט אומרויִק, דאַרף מען אָבער פֿאַרשטיין וואָס דאָס מיינט. ערשטנס, איז וויכטיק צו פֿרעגן: „1.5 מאָל — וואָס?‟ אויב דײַן ריזיקע פֿאַר ברוסטראַק איז נישט היפּש העכער פֿון דער געוויינטלעכער באַפֿעלקערונג, וועט זיך אפֿשר נישט שטאַרק בײַטן דײַן גורל פֿון אַזאַ כּפֿלונג. צווייטנס, כאָטש פֿון אַזאַ קראַנקייט לעקט מען אַוודאי נישט קיין האָניק, איז נישט יעדער פֿאַל פֿון ברוסטראַק גלײַך. מע קען באַהאַנדלען אַ ראַק, און מע קען אַפֿילו פֿאַרהיטן אין פֿאָרויס מיט פּילן. דאָס אַלץ פֿאָדערט אַ פּרטימדיקן שמועס מיט אַ פֿאַרלאָזלעכן דאָקטער צי קראַנקן־שוועסטער, וואָס איז באַהאַוונט אין די דאַטן און דײַנע פּריִאָריטעטן.

דאָס זעלבע איז אויך חל, מער ווייניקער, אויף ראַקן אין אייערשטאָק און ענדאָמעטריִום (דער אינעווייניקסטער מוסקל פֿון הייבמוטער), כאָשט די פּראָפּאָרציעס, און די פֿאַרלאָזלעכקייט פֿון די שטודיעס, זײַנען אַ ביסל אַנדערש. פֿאַראַן אויך באַווײַזן וועגן אַנדערע ראַקן וואָס זײַנען נישט אַזוי זיכער.

לאָמיר אָבער דאָס אַלץ באַטראַכטן אויף אַן אַנדער אופֿן. ביסט אַוודאי גערעכט, אַז די ראַק-ריזיקע אַליין איז נישט גענוג אַ סיבה צו האָבן קינדער. און נאָך דערצו: ווען מיר וואָלטן געווען דאָקטער און פּאַציענטקע, אין איין צימער, וואָלט איך דיך געפֿרעגט: צי מיינסטו דען טאַקע, אַז 30 יאָר איז דער סוף פֿון האָבן קינדער? מע האָט הײַנט קינדער העט אין די 30ער; אַפֿילו „אַלטיטשקעס‟ אין די 40ער מעגן אויך! (שוין אָפּגערעדט פֿון האָבן קינדער אָן אַ מאַן, אַדאָפּטירן, וכ’).

כ’וואָלט אויך געפֿרעגט, וואָס באַאומרויִקט דיך באַזונדערש וועגן ראַק. זיכער וואַרפֿט „יענע קרענק‟ אָן אַן אימה, נאָר זי איז נישט די איינציקע קראַנקייט אויף דער וועלט. אפֿשר איז פֿאַראַן אַ ראַק אין דײַן משפּחה־געשיכטע וואָס פֿאָקוסירט דײַנע געדאַנקען און באַפֿאַרבט דײַנע באַגריפֿן? אָדער אפֿשר האָט די „ראַק־וויסיקייט‟ פֿון דער אַרומיקער געזעלשאַפֿט דיך באַווירקט? די מעלות און חסרונות פֿון האָבן קינדער זײַנען אַ סך טיפֿער ווי איין קראַנקייט.

לסוף, בין איך מסכּים אַז ביכער זײַנען פּונקט אַזוי וויכטיק ווי קינדער. ביידע קענען פֿאַרשאַפֿן נחת… און עגמת־נפֿש אויך.

Click here for the rest of the article...

פֿייגל פֿונעם דרומדיקן צפֿון

$
0
0

ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנען, 2013-1920, אין אָנדענק


אינעם קליינעם שטעטל,
וווּ מײַן צווייטע שפּראַך האָט אַ זיצאָרט בײַם אוניווערסיטעט־טיש,
אין אַ לאַנד וווּ איך האָב ערשט אַנטדעקט אַז זי איז אַן אָפֿיציעלע מינדערהייט־שפּראַך,
וואַנדער איך אַדורך רעגנדל און רעגן און זעלטן־זון
צו גאַפֿן מיט וווּנדער פּאַזע שלענגלדיקע ברוקירטע גאַסן,
אויפֿן אַרכיטעקטישן אויסבײַט צווישן איין־שטאָקיקע הײַזקעס,
אָרנאַמענטירטע נײַנצן־יאָרהונדערטע געבײַען פֿון העכערע־לימודים,
און מאָדערנע סטרוקטורן,
מיט זייערע עקאָנאָמישע ליניעס און חריפֿותדיקע פּרטים,
צוליב וועלכן דער ראַיאָן איז אַזוי באַרימט געוואָרן אין מיטן פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.

בשעת מײַן וואַנדערן הער איך די ווערטער פֿון אַ לאַנד
וואָס זייער באַטײַט זײַנען מיר אומבאַקאַנט,
כאָטש די קלאַנגען און ריטמען זײַנען מיר ניט אין גאַנצן אומבאַקאַנט
נאָך יאָרן קוקן אויף די פֿילמען פֿונעם קינאָ־מײַסטער
און אַפֿילו ווען אַ סך פֿון די ווערטער זײַנען ענלעך
צו ווערטער אין מײַן צווייטער שפּראַך
וואָס איך אַנטדעק בשעת איך קוק אויף טעלעוויזיע מיט אונטערקעפּלעך און
צוהערנדיק צום רעגן וואָס קלינגט
אויף די דאַכפֿאָרטקעס אין די משופּעדיקע סטעליעס
בײַ נאַכט נאָך מײַן וואַנדערן.

פֿאַראַן ווייניק געלעגנהייטן בשעת דער קורצער נסיעה דאָס אַלץ אײַנצוזאַפּן,
שוין אָפּגערעדט פֿון מײַסטערשאַפֿט. אַנשטאָט דעם פֿאַלן די קלאַנגען אַראָפּ אויף מיר
אין אַ טראַלאַלײַ לאַנגע וואָקאַלן און געלע.
ווען מײַן חבֿרטע און גאַסטגעבערין פֿרעגט מיך צי איך קען אונטערשיידן
צווישן דער שפּראַך דאָ און דער פֿונעם שכנישן לאַנד,
קוק איך איר אָן מיט ניט־גלויבן.
מײַנע פֿערטע און פֿינפֿטע שפּראַכן באַדאַרף איך שטאַרק זוכן אין ווערטערביכער אַרײַן
און איך בין באַגרענעצט אין מײַן בײַזײַן אין דער קונסט־קינאָ.
און דאָך פֿאַרזיכערט מען מיך שטענדיק אַז איך קען אויסקומען מיט מײַן ערשטער שפּראַך.
און דאָך בין איך ניט־רויִק.

מיט איין קלאַפּ געצאַקנט און קלאָר קלינגט אָפּ דער רוף פֿון וואָראָנעס
אַריבער דעם גרין,
צווישן דערהויבענע היסטאָרישע בנינים,
און אין מײַנע הירהורים אויף לאַנד און שפּראַך גלײַך אַרײַן.
זייער באַרימטע אַגרעסיע ליגט אײַנגענורעט אינעם פּלאָנטער פֿון מײַן ניט־אין־
גאַנצן־באַזונדערקייט.
קיין מאָל האָב איך ניט פֿריִער געהערט זייער רוף מיט אַזאַ קלאָרקייט און מיט אַזאַ כּוח.
קיין מאָל האָב איך ניט פֿריִער באַגעגנט אַזויפֿיל פֿון זיי, כּלומשרטיק אומעטום.
ווי וואָלט מען אָנגערופֿן אַ טשאַטע פֿון זיי? מערדער? ניט קיין חידוש דאָס.
און זייער גרייס! גלאַנצנדיק שוואַרץ און גרויס,
געדײַען זיי אין דער קעלט און פֿײַכטקייט און צפֿון.

אַפֿילו צו בין־השמשות און אַרײַן אין דער נאַכט, בשעת איך וואַנדער ווײַטער,
הער איך זייער רוף. כּלומרשטיק ווערן זיי ניט מיד.
און כ׳געדענק אַ שורה פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע נאָר וואָס אַוועק אין דער אייביקייט:
„די שוואַרצע וואָראָנעס זיי ווערן ניט מיד.‟
און איך טראַכט וועגן איר איבערגעגעבנקייט צו איר קונסט דורך
וואַנדערונגען אַ סך מער געאָגראַפֿיש־עפּיש ווי מײַנע,
און וועגן דער אינטימקייט און חכמה פֿון אירע שורות געטעסעט אַזוי פֿאָרזיכטיק,
אין ליד און געזאַנג און צייכענונג.
און כ׳געדענק די שרײַבקרײַזן מיט וועלכע זי האָט אָנגעפֿירט,
און אונדז אַלעמען געמוטיקט און אויסגעשטרעקט אַ פֿעסטע האַנט.

און כ׳געדענק דעם זומער פֿון מײַן צווייטער־שפּראַך־אינסטרוקציע,
בשעת איך האָב געוואַנדערט איבער די כּמעט פּונקט אַזעלכע פֿרעמדע גאַסן פֿון ברוקלין,
דעם תּענוג פֿון טבֿילה אין דער נײַער־אַלטער שפּראַך,
שפּילנדיק די נײַע־אַרויסגעגעבענע טאַשמע פֿון אירע לידער אויף מײַן פּאָרטאַטיוון שפּילער,
אַ מיטל לאַנג שוין אַרויסגעוואָרפֿן.
וווּ איז די מאַשין איצט?
דאָס געזאַנג פֿון די וואַראָנעס־וואָס־ווערן־ניט־מיד וועט אייביק זײַן פֿאַרבונדן
מיט מײַן אַרײַנפֿיר אינעם פֿאָרמעלן לימוד פֿון מײַן צווייטער שפּראַך,
די פּאָעטעסע די רעזשיסאָרקע
און די וואָראָנעס די באַגלייטונג אין קאַקאָפֿאָנישער סימפֿאָניע.

און כ׳שטעל זיך אָפּ אין מײַן וואַנדערן, דריי זיך צו קוקן פּנים־אל־פּנים ניט צו דער מוזיק,
נאָר צום טומל.
אַלץ וואָס ס’האָט זיך מיר געדאַכט אַז איך ווייס איז צום סוף אפֿשר געווען אַנדערש.
די ברוטאַלקייט וואָס האָט מיך אויסגעשמידט האָט מיך ניט צעבראָכן.
דאָס וואָס כ׳האָב אָנגענומען אַז עס פֿאָדערט קבֿורה האָט מען געקענט אויסגראָבן,
כאָטש בײַם אָנהייב — אין ליכט און שאָטן.
צוליב מײַן אײַנברעכן זיך אין זכּרון־פֿראַגמענטן דאַרף איז זיך ניט מיאש זײַן.
נאָך די אַלע יאָרן קען מען נאָך אַלץ אויספֿאָרשן דעם עבֿר.
איך גיי אַדורך קלאַנגשאַפֿטן שכינותדיקע צו דער ערד פֿונעם באַקאַנטן שרעק,
און איך שטעל זיך אָפּ פֿון צײַט צו צײַט צו צערטלען די סטרופּעס. די פּאָעטעסע שמייכלט אויף מיר;
די וואָראָנעס פֿון אַמאָל און הײַנט באַגלייטן מיך אין דער פֿאַרשווינדונג פֿון בין־
השמשות אַרײַן.

לונד, שוועדן, אָקטאָבער 2014 / תּשרי תּשע״ה

Click here for the rest of the article...

„מיידעלע‟ פֿון אַריק איינשטיין

$
0
0

אַריק איינשטיין איז געווען די סאַמע־וויכטיקסטע פֿיגור אינעם אויפֿקום פֿון דער ישׂראלדיקער „ראָק‟־מוזיק, אַזוי וויכטיק בײַ די ישׂראלים ווי באָב דילאַן, עלוויס פּרעסלי און די „ביטלס‟ זענען געווען אין אַמעריקע.

כאָטש ער איז באַקאַנט בלויז פֿאַר זײַנע לידער אויף העברעיִש, האָט ער אין 1971 רעקאָרדירט איין ליד אויף ייִדיש, אַ ליבעס־ליד מיטן נאָמען „מיידעלע‟, וואָס געוויסע מענטשן האַלטן, אַז ער האָט עס געטאָן ווי אַ שפּאַס. איינשטיין האָט אַליין אָנגעשריבן דעם טעקסט און געשאַפֿן די מוזיק, וואָס קלינגט פּונקט ווי די פּאָפּולערע אַמעריקאַנער „ראָק‟־לידער פֿון דער זעלביקער תּקופֿה. אַז מע וואָלט זיך צוגעהערט צום ליד ניט וויסנדיק ווער האָט עס געשאַפֿן, וואָלט מען אפֿשר געמיינט, אַז עס קומט פֿון עפּעס אַ פּאַראַלעלן אוניווערס אין וועלכן קיין חורבן איז ניט געווען און די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן נאָכגעמאַכט די פּאָפּולערע מוזיקאַלישע סטילן פֿון אַמעריקע. דאָס ליד האָט מען רעקאָרדירט אין אַ סטודיאָ און געשפּילט אויף עטלעכע קאָנצערטן, אָבער קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט אויף קיין אַלבאָם.

איינע פֿון איינשטיינס מוטערשפּראַכן איז טאַקע געווען ייִדיש. זײַן פֿאָטער, דער באַקאַנטער ייִדישער און העברעיִשער אַקטיאָר יעקבֿ איינשטיין האָט אים אויסגעלערנט ייִדיש ווי אַ קינד. זײַן פֿאָטער האָט געוואָלט, אַז אַריק זאָל ווערן אַן אַקטיאָר אַזוי ווי ער, אָבער דער יונגער אַריק האָט בעסער געוואָלט ווערן אַן אַטלעט. שפּעטער איז ער אַליין אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע, אָבער דאָס מאָל — ווי אַ „ראָק‟־זינגער.

Click here for the rest of the article...

ווידעאָ: געניטונג־ליד אין זומער־לאַגער „קראַסנאַ”

$
0
0

אַז דאָס באַוועגן זיך און מאַכן געניטונגען (אָדער „איבונגען‟, ווי אַנדערע זאָגן אויף ייִדיש, אָדער „עקסערסײַז‟, ווי מע זאָגט הײַנט בײַ די חסידים) שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם בלײַבן געזונט ווייסט יעדער איינער. נאָר ווי אַזוי זאָל מען דערמוטיקן מענטשן, בפֿרט קינדער, צו מאַכן געניטונגען? איין אופֿן איז צו שאַפֿן אַ ליד, וואָס חזרט איבער אַ רוטין. אַזעלכע „געניטונג־לידער‟ פֿאַר קינדער (און אַ מאָל אויך פֿאַר דערוואַקסענע) זענען פּאָפּולער איבער דער גאַנצער וועלט.

לעצטנס האָט דער זומער־לאַגער „קראַסנאַ‟ אין מאָנטיסעלאָ, ניו־יאָרק אַרויסגעלאָזט אַ שטאַרק־חנעוודיקן מוזיק־ווידעאָ פֿון אַ נײַעם ליד, די Exercise Song (געניטונג־ליד), וואָס ווײַזט ווי אַ ריזיקע גרופּע קינדער מאַכט געניטונגען, פֿאָלגנדיק די באַפֿעלן פֿונעם ליד. די „עקסערסײַז־סאָנג‟, ווי עס הייסט פּשוט, זעט אויס ווי אַ געמיש פֿון עלעמענטן וואָס זענען ענלעך צום אַמעריקאַנער ליד Head, Shoulders, Knees and Toes („קאָפּ, אַקסלען, קניִען און פֿינגער פֿון די פֿיס‟) און פּאָפּולערע טענץ פֿון די 1990ער יאָרן ווי די „מאַקאַרענאַ‟, באַנאַנד מיט פּאָפּ־לידער פֿון דער זעלביקער תּקופֿה. ס׳איז גרינג צו געדענקען און דערמעגלעכט די קינדער טאַקע זיך צו רירן אַ סך. דערצו זעט עס אויס לויט אַ צווייטן פֿילם, וואָס מע האָט געמאַכט אינעם לאַגער, אַז די קינדער האָבן טאַקע אַ סך הנאה.

פֿאַר די וואָס קענען ניט דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש קען דאָס ליד אויך דינען ווי אַ טשיקאַווע לעקציע כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם דיאַלעקט. אַ פּאָר בײַשפּילן: בײַ די חסידים גיט מען אָפֿט צו אַ „סמך‟ בײַם סוף פֿונעם באַפֿעל־פֿאָרם פֿון אַ ווערב, למשל, „קומטס‟ אַנשטאָט „קומט‟. אַזוי אַרום פֿאָדערט דאָס ליד „הערטס‟, „טוטס‟ און אַזוי ווײַטער. „הויך‟ רעדט מען אַרויס „הויעך‟, אַז עס גראַמט מיט „כּוח‟. און מע נוצט אַמאָל דעם פּראָנאָם „עץ‟, וואָס אויף כּלל־ייִדיש איז „איר‟.

דאָס ליד האָט אָנגעשריבן און פּראָדוצירט שלומי שטיינמעץ, און די מוזיק האָט געשפּילט הערשי לאָקער. די צוויי יונגע סאָלאָיִסטן שלום רובין און משה האָלצלער ווערן באַגלייט פֿונעם כאָר פֿון „קעמפּ־קראַסנאַ‟. אָט זענען די ווערטער צום ליד אינעם אָריגינעלן חסידישן אויסלייג.

קינדערלעך קומטס יעדער איינער,
לאמיר זיך אויסזשוכענען די ביינער,
לאמיר זיך דעפרישן און מאכן עקסערסייז!
וויאזוי מאכט מען עקסערסייז?

פון די פלאץ שטעלט מען זיך אויף און מהייבט די הענט ארויף,
יעדער צוזאמען לאמיר זען.
בייג דיין הענט די רעכטע זייט און יעצט צי די לינקע זייט,
זענט עטס גרייט צו וואס גייט יעצט געשען.

זענט עטס גרייט? יא!
זענט עטס גרייט? נ’וודאי!
זענט עטס גרייט? זיכער!
נו, געגאנגן

הערטס מיך אויס געשווינד ווייל אזוי וועט זיין געזונט,
די ערבלעך טוהט’ס אויפקאטשן, צוזאמען הייבט’ס אן פאטשן,
הויעך געב א שפרינג אפילו ס’איז נישט גרינג קלאפ דיין פיס און מאך א קלינג,
נעם איין טריט צי די רעכטע זייט אין 2 מאל געב א קלאפ
בייג דיך אויף אראפ יעצט דיין אטעם געב א כאפ.
דריי דיין הענט ארום ביז צומישט ווערן זיי צוזאמען ציילט איין צוויי דריי….

איינס! צוויי! דריי!

שפרינג זייער הויעך מיט די גאנצע כח, יעצט אויף איין פיס ס’זאל גיין א רויעך
מיט ביידע הענט שווים יעצט שאקל זיי אומעטום און דריי זיך שנעל ארום.

הייב אן פאטשן מיט א חיות הער ווי אזוי איך טו עס,
פאטש פאטש, פאטש פאטש פאטש, יעצט הייב אן לויפן שנעל אין א גרויסע שמייכל שטעל,
כאפ אן דיין קאפ, אקסל, קני
אוי מאכסטו עס גיט, אבער נאך ווי,

קאפ אקסל קני
קני אקסל קאפ
קאפ קני אקסל קאפ, סטאפ!

פריז!

אה הא הא יעצט שפיל אויף א פידל
אה הא הא יעצט קלאפ אויף א דראם
אה הא הא יעצט פייף מיט א טראמפייטער
אה הא הא יעצט זינג מיט, מיט מיר

“אה הא הא מחנה אהל ברוך
אה הא הא אהל ברוך קראסנא קעמפ

מאך זשאמפינג זשעק’ס פיר ביסט אויסגעמוטשעט? אוי וויי דיין כוחות נישט פארליר יעדער שרייט יעי,
יעצט הויעך געב א שפרינג אפילו ס’איז נישט גרינג קלאפ דיין פיס און מאך א קלינג ,

נעם איין טריט צי די רעכטע זייט און 2 מאל געב א קלאפ בייג דיך אויף אראפ יעצט דיין אטעם געב א כאפ.
דריי די הענט ארום ביז צומישט ווערן זיי.
צוזאמען ציילט איינס צוויי דריי…
איינס! צוויי! דריי!

שפרינג זייער הויעך מיט די גאנצע כח, יעצט אויף איין פיס ס’זאל גיין א רויעך
מיט ביידע הענט שווים יעצט שאקל זיי אומעטום און דריי זיך שנעל ארום.

הייב אן פאטשן מיט א חיות הער ווי אזוי איך טו עס,
פאטש פאטש, פאטש פאטש פאטש, יעצט הייב אן לויפן שנעל אין א גרויסע שמייכל שטעל,
כאפ אן דיין קאפ, אקסל, קני
אוי מאכסטו עס גוט, אבער נאך ווי,

קאפ אקסל קני
קני אקסל קאפ
קאפ קני אקסל קאפ, סטאפ!

פריז!

אה הא הא יעצט שפיל אויף א פידל
אה הא הא יעצט קלאפ אויף א דראם
אה הא הא יעצט פייף מיט א טראמפייטער
אה הא הא יעצט זינג מיט, מיט מיר

“אה הא הא מחנה אהל ברוך
אה הא הא אהל ברוך קראסנא קעמפ

Click here for the rest of the article...

מאכלים אָן אַן עלטער: טייגלעך און אינגבערלעך

$
0
0

דער טראַדיציאָנעלער דעסערט איז אַ באַליבט מאכל ראש־השנה, ווען די ייִדן ווינטשן איינער דעם צווייטן אַ זיס, געבענטשט יאָר.

Click here for the rest of the article...

אומאַן איז אַ ברכה פֿאַר אונדזערע מענער

$
0
0

עס איז א געהעריגער טאג אינעם לופט־פעלד אבער נישט פונקט ווי געווענטליך. עס זענען דא א סך מער חסידים און אלע סארטן אידן: אלערליי לבוש און אלע קאלירן יארמולקעס. אין דער זייט זיצט א אידל מיט זיין פידל און זינגט א ברסלב’ער זמר, אינעם אנדערן עק זיצט א אינגערמאן פאר׳דביקות׳ט אין א ליקוטי מוהר”ן ספר׳ל.

אויף לינקס איז דא א מנין מנחה און אויף רעכטס — א גרופע בחורים וואס צעטיילן זיך מיט ציגארן וואס מען האט זיך איינגעהאנדלט פאר א גוטן פרייז אין „דוטי פרי‟ מארק. אונטער די פיס לויפן קליינע אינגעלעך און שפילן „גלחים, לויפטס!‟. וועט איר פרעגן וואס איז דא געשען? וועל איך אייך זאגן: ס׳איז אומן ראש השנה.

ר׳ נחמן מברסלב זצ״ל האט געזאגט: „ראש השנה שלי עולה על הכל. ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס.‟ ווי דער רבי זאגט ווייטער: „יא געגעסן, נישט געגעסן, יא געדאוונט, נישט געדאוונט, אבער יעדער דארף זיין ביי מיר ראש השנה.‟  

די ברסלב’ער חסידים פירן זיך שוין אזוי יארן לאנג — עולה רגל זיין קיין אומן צום רבינס ציון כדי צו פועלן ביי אים א גוט געבענטשט יאר. ווי ס׳שטייט אין די ספרים, זענען די צדיקים ווי אדוואקאטן. און ווער וויל דען נישט האבן א גוטן אדוואקאט צו פועלן א זיס יאר. 

(לויט וואס איך האב געהערט פון מיין חשובן מאן וואס איז א ברסלב׳ער) זיצן טויזענטער אידן און בעטן און וויינען. זיי רייסן איין וועלטן און פועל׳ן אויס ישועות מיט רפואות פאר זייערע ליבסטע. אנדערע זיצן מיט א תהילים און חזרן דאָס איבער און איבער. אידן זינגען צוזאמען. מען טאנצט אין שפרינגט. און די שענסטע זאך איז — אז מען זעהט אלע מיני אידן זענען באחדות, נישט קיין חילוק וויאזוי זיי זעען אויס אדער וואס פארא לבוש זיי טראגן. עס איז ממש א בליק וויאזוי ביאת המשיח וועט אויסקוקן און ווי מען וועט זיך דארט פארטראגן. 

א מאל הערט מען פון געוויסע מענער וואס זיצן אינדערהיים: „ס׳איז נישט נארמאל איבערצולאזן די ווייב א וואך און זיך אוועקפארן!‟ נאר דער זעלבער ייד וועט אפשר אליין פארן דריי וואכן קיין לאס ווייגאס אדער אנדערע פלעצער — כלומפר’שט פאר „ביזנעס‟ — און ער טוט דארט כל מיני עבירות — און דאס איז ביי אים הונדערט פראצענט אקעי. אבער קיין אומן אויף א פאר טאג — חלילה וחס! נעבעך זיין ווייב…

אבער אין דער אמת׳ן קען מען אים דאך פארשטיין. מן הסתם גייט ער פשוט אויס פאר קנאה און ער וואלט געלאפן אויף אלע פיר, ווען ער קען. עס קען גאר זיין אז זיין בני בית לאזט אים נישט פארן. ווייל ווי קען א ייד נישט זיין אינדערהיים אויף יום טוב? איי, יארן צוריק ווייסן מיר זענען חסידים כסדר געפארן צום רבי׳ן אויף יום טוב? די היינטיגע פרויען זענען שוין קליגער און געטרויען נישט די מענער. און דאס קען מען אוודאי אויך פארשטיין.  

אבער פאר די וואס האבן יא די זכי׳ צו פארן, איז דאס א מורא׳דיגע איבערלעבעניש! און איך קען אייך פארזיכערן אז איך האב געזען א גרויסן חילוק אין דער הצלחה פון מיין גוטן מאן אין די יארן וואס ער איז געפֿארן קיין אומאן. ר׳ נחמן׳ס כח און השפעה איז נישט אוועקצומאכן. און נישט קיין וואונדער, אז מע זעט ווי ר׳ נחמן קען צוזאמברענגען אזויפיל סארטן אידן באחדות…

זאלן מיר טאקע אלע דערלעבן, אין זכות פונעם רבי׳ן, צו האבן א כתיבה וחתומה טובה און א גוט געבענטשט יאר. 

Click here for the rest of the article...

„לשנה טובֿה — אַ גוט יאָר‟

$
0
0

ווי אַ קינד אין פֿילאַדעלפֿיע אין דער אָרטיקער ייִדישער פֿאָלקסשול האָב איך זיך אויסגעלערנט אַ ריי לידער אויף ענגליש, ייִדיש און העברעיִש און אַפֿילו אַ פּאָר אויף דזשודעזמאָ וועגן די ייִדישע יום־טובֿים (די פֿאָלקסשול האָט צו יענער צײַט, ליידער, ניט מער געלערנט קיין ייִדיש). אויף וויפֿל איך קען זיך דערמאָנען, איז דאָס איינציקע ייִדישע ראָש־השנה ליד וואָס מיר האָבן געזונגען געווען „לשנה טובֿה — אַ גוט יאָר‟.

נאָך דעם וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט ייִדיש איז מיר געווען אַ חידוש, וואָס דאָס ליד איז ניט ברייט באַקאַנט. ווי אַ קינד האָב איך דאָך געמיינט, אַז ס׳איז אַן אַלט פֿאָלקסליד. ווי עס ווײַזט זיך אויס, איז דאָס ליד ניט אַזוי אַלט. ס׳איז פֿון די 1940ער אָדער 1950ער יאָרן און געשאַפֿן האָט עס חנה מלאָטעק ז׳׳ל, וואָס האָט דעמאָלט געאַרבעט ווי אַ געזאַנג־לערערין אין אַ ריי ייִדישע פֿאָלקסשולן. זי האָט אַדאַפּטירט די ווערטער פֿון שמואל צעסלערס אַ ליד. אָט דערקלערט זי אין אַן אינטערוויו מיט האַנקוס נעצקי ווי אַזוי זי האָט געשאַפֿן דאָס ליד:

פֿאַראַיאָרן האָט זיך באַוויזן אויף „יו־טוב‟ אַ פּרעכטיקע רעקאָרדירונג פֿונעם ליד, אויפֿגעפֿירט פֿון אַ קינדער־כאָר בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין 1974. ליידער קען איך איצט אין ערגעץ ניט געפֿינען די רעקאָרדירונג, אַחוץ אויף אַ פּלאַטע מיטן נאָמען „גוט יום־טובֿ קינדער‟, וואָס מע האָט קיינמאָל ניט אַרויסגעלאָזט ווי אַ קאָמפּאַקטל אָדער אַפֿילו אַ קאַסעט.

איך האָב אָבער יאָ געפֿונען דעם פֿילם אויבן, אין וועלכן דער מינסקער ייִדישער כאָר שטעלט פֿאָר דאָס ליד. אונטן, נאָך 2:23 מינוט, קען מען זען ווי דער ראַבינער אַבֿרהם מלאָטעק און זײַן פֿרוי יעל קאָרנפֿעלד שטעלן אויך דאָס ליד פֿאָר. אַבֿרהם איז, אַוודאַי, חנה מלאָטעקס אַן אייניקל.

אָט קען מען אויך הערן אַ פּראָפֿעציאָנעל רעקאָרדירטער נוסח פֿונעם ליד, וואָס סינדי פּיילי האָט געשאַפֿן ווי אַ טייל פֿון איר אַלבאָם „ס׳איז יום־טובֿ קינדער, לאָמיר זינגען‟.

1

Click here for the rest of the article...

ייִדישע שפּריכווערטער פֿון קאָוונע

$
0
0

ייִדיש פֿאַרמאָגט זייער אַ סך שאַרפֿע אויסדרוקן און שפּריכווערטער. לעצטנס האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿילם אויף „יו־טוב‟, אין וועלכן דיטאַ שפּערלינג, אַ ייִדישע טאָכטער פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס וווינט אין קאָוונע, לייענט פֿאָר אַ ריי אידיאָמען, וואָס זי געדענקט פֿון איר יונגט. דורכן באַקענען זיך מיט די פּיקאַנטע וועלטסווערטלעך קען מען אויך זיך באַקענען מיט איר היימישן ליטווישן ייִדיש. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דאָס וואָרט, וואָס זי רעדט אַרויס ווי „אבֿר‟ (אייווער) מיינט ניט קיין גליד פֿונעם קערפּער, נאָר דווקא דער אויער. אין קאָוונע האָט מען אַרויסגערעדט דאָס וואָרט ווי „אייווער‟, און אין ווילנע — „אייער‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ליטוואַקעס האָבן געשאַפֿן זייער אַ סך וויצן אַרום דעם וואָרט.

צווישן די באַקאַנטע ייִדישע אידיאָמען וואָס זי דערמאָנט, געפֿינט מען:

„תּכריכים האָבן ניט קיין קעשענעס‟

„מיט איין הינטן קען מען ניט זײַן אויף צוויי ירידן‟

„וואָס בײַ אַ ניכטערן אויפֿן לונג איז בײַ אַ שיכּורן אויפֿן צונג‟

„פֿון דײַן מויל אין גאָטס אויער (אַרויסגערעדט: אייווער)‟

„אַז מע פֿרעגט אַ שאלה, ווערט זי טרייף‟

„אַז מע דאַרף אַ גנבֿ, נעמט מען אים אַפֿילו אַראָפּ פֿון דער תּליה‟

„פֿון על־חטא ווערט מען ניט פֿעט‟

„אַ חסרון צום שידוך: די כּלה איז צו שיין‟

„אַלץ קלענער דער עולם, אַלץ גרעסער די שׂימחה‟

„דער עולם (אַרויסגערעדט: איילעם) איז אַ גולם (אַרויסגערעדט: גיילעם)

„יעדער טעפּל האָט זײַן דעקל‟

„מע לייענט די הגדה אָבער מע מיינט די קניידלעך‟

„אַלעס אין איינעם איז נישטאָ בײַ קיינעם‟

Click here for the rest of the article...

ראש־חודש תּשרי מיט ר׳ ליפּא: דער שופֿר רופֿט צום יום־טובֿ

$
0
0

אַן איבערבליק פֿון די צוגרייטונגען אויף די ימים־נוראָים אין דער איירמאָנטער שיל, און אַ רירנדיקער שמועס וועגן אַלקאָהאָליזם בײַ די היימישע ייִדן.

Click here for the rest of the article...

ווי קען מען הײַנט חתונה מאַכן די קינדער?

$
0
0

“דער אויבערשטער וועט שוין העלפן.”

מיט די ווערטער האט א יונגערמאן געפירט א שמועס מיט א באקאנטן זיינעם. איך בין נישט געווען טייל פונעם געשפרעך, וואס איז פארגעקומען אין פאליש פון שול, וואו איך בין צופעליג געזעסן און געזיפט א קאווע.

יענער, ווי איך האב פארשטאנען פון זיינע ווערטער, האט א כלה אין שטוב און דראפעט זיך אויף די גראדע ווענט מיט די אויסגאבן וואס קומען מיט חתונה מאכן א קינד. ער האט זיך אראפגערעדט פון הארצן פאר א צווייטן יונגערמאן, וועלכער איז, ווי מ’זאגט שוין “דארט געווען” – שוין חתונה געמאכט א קינד. דער ערשטער האט געזוכט ביים צווייטן עצות און אנווייזונגען, ווי צו שפארן און ווי צו שניידן. אין סך הכל איז פונעם שמועס אויסגעקומען, אז וויפיל מ’זאל נאר פרואווען שפארן, וועלן די הוצאות באטרעפן פיל העכער ווי די מעגליכקייטן.

“גאט העלפט די, וואס העלפן זיך אליין.” אזוי זאגט א באקאנט שפריכווארט. א מענטש דארף זיך פארלאזן אויפ’ן אויבערשטן, אבער ער קען נישט ארויפווארפן די ארבעט אויף גאט. ווען גאט וואלט געוואלט אז דער מענטש זאל גארנישט טאן, וואלט ער אים נישט אראפגעשיקט אויף דער וועלט. נשמות זיצן רואיג אינעם קאסמישן שטראם, און לאזן זיך טראגן וואוהין עס לאזט זיך נאר. די וועלט הייסט אן “עולם העשיה”, א וועלט פון מעשים. דא דארף מען טאן. גאט קען בלייבן באלעבוס, אבער ער וויל אז דער מענטש זאל טאן צו דער זאך אויף וויפיל די מעגליכקייטן זיינע דערלויבן אים. מען דארף די מעשים באלעבן מיט בטחון, וואס וועט האפנטליך אריינברענגען א ברכה אינעם געטוענעם. טאן דארף מען אבער.

אין אונזער וועלט, אין דער חרדי’שער געזעלשאפט, האט א מענטש נישט קיין סך ברירות ווען עס קומט צו אזעלכע מאנומענטאלע תקופות ווי חתונה מאכן א קינד. ער האט נישט די ברירה פון שניידן צופיל פונעם בודזשעט, ווייל דער נידעריגסטער אנגענומענער סטאנדארט איז נאך אלץ אויסטערליש הויך - העכער די מעגליכקייטן פונעם רוב. בלייבט אים טאקע נישט קיין אנדערע ברירה ווי פרובירן זיך צוצושטעלן לויט די בעסטע מעגליכקייטן. אויפ’ן איבעריגן פארלאזט מען זיך אויף גאט. די מעשים וואס מ’קען יא טאן ווערן דורכגעפלאכטן מיט בטחון, און ביים סוף דערלויבט דער מענטש “אמונה” איבערצונעמען דאס רעדל.

דאס איז וואס שייך דעם עולם וואס איז דא אויפגעוואקסן, דא חתונה געהאט, דא אויפגעהאדעוועט די קינדער, און וועט זיי דא חתונה מאכן. די פירערס פון דעם דאזיגן כלל טראגן אבער אן אחריות. זיי זענען די וואס שטייען ביי דער פירערשאפט פון דער חרדי’שער געזעלשאפט, און אויף זיי ליגט דאס אחריות פון אויסבעסערן דעם סיסטעם דארט וואו ער איז קרוב צו באנקראט. באנקראט, ווייל דער סטאנדארט פון חתונה מאכן א קינד איז העכער די מעגליכקייטן פונעם גרויסן רוב.

ווען די פירערשאפט וואלט געווען א פאסיווע, וועמענס ראלע אין סך הכל א צערעמאניאלע, וואלטן מיר נישט געקענט דערווארטן קיין רעפארמען וואס פאדערן ערנסטע ארבעט. ס’איז דאך אבער נישט אזוי: די חרדי’שע פירערשאפט האט זיך אין אונזערע צייטן צוגעטיילט ברייטע רעכטן און רעדט אריין אין זייער א סך אספעקטן פונעם חרדי’שן לעבן. אויב זיי טראגן למעשה דאס אחריות פון דעם ציבור, דארף אזא זאך, ווי ארויפפירן די פרשה פון חתונה-מאכן אויף נארמאלע רעלסן, פארנעמען איינס פון די ערשטע פלעצער אויף דער ליסטע פון פריאריטעטן.

רוב מענטשן וואלטן מסכים געווען אראפצוברענגען די הוצאות. זיי וואלטן וויליג געווען צו ברענגען דערפאר גרויסע קרבנות. זיי קענען אבער נישט, ווייל זיי זענען טייל פון א פארמאכטער געזעלשאפט מיט גוט-דעפינירטע כללים און גרעניצן פאר יעדן ריר אין לעבן. חתונה מאכן אונטער’ן פרייען הימל, צום ביישפיל, און סערווירן לייכטן פארבייסן מיט גוטע משקאות איז בשום אופן נישט קיין אפציע, פונקט ווי די חתן-כלה מתנות, רוב פון וועלכע פאלן באקוועם אריין אין די גרעניצן פון אויסברענגערישער לוקסוס, זענען מוז-זאכן וואס לאזן זיך נישט ארויסשניידן פונעם בודזשעט. מענטשן ווילן זיך פארגרינגערן, באזונדערס מיט’ן שניידן פון די אומ’רחמנות’דיג-אומנויטיגע צוגעהערן וואס מאכן אויס א שיינעם חלק פון די איבערגעטריבענע אויסגאבן, אבער זיי קענען נישט. זיי קענען נישט צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס זיי האבן גרויסע פאמיליעס, בלי עין הרע, הגם זיי האבן נישט די מינדסטע אויסזיכטן צו קענען אויפהאלטן און אויפציען די דאזיגע קינדער אויף א געזונטן, מענטשליכן און געזעצליכן אופן.

דאס אחריות ליגט אויף די זעלבע וואס דיקטירן וועלכן טעלעפאן צו ניצן, וואספארא הוט צו טראגן, און אין וועלכן שול מ’מעג דאווענען. די זעלבע דארפן אויך זארגן, כאטש מיט אזויפיל אייפער און קנאות, אז דער ציבור וואס איז אונטער זייער קאנטראל זאל זיך קענען אן עצה געבן מיט די פאראנטווארטליכקייטן וואס קומען מיט’ן אויפוואקסן און לעבן אין דער געזעלשאפט.

אין א ווארט: זאל מען איינשטעלן “חתונה תקנות” מיט אזויפיל איבערגעגעבנקייט ווי קלוגע-טעלעפאן תקנות.

Click here for the rest of the article...

זלמן רייזען, לייב נײַדוס

$
0
0

זלמן רייזען (1888־1940) — ליטעראַטור־ און שפּראַך־פֿאָרשער, פּיאָנער פֿון ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע, פּובליציסט.

לייב נײַדוס (1890־1918) — דיכטער

Click here for the rest of the article...

אַ ביסל רחמנות אויפֿן כּפּרה־הינדל!

$
0
0

ערב יום כיפור איז א מנהג צו „שלאגן כפרות‟. דאס הייסט, א מאן נעמט א האן, און א פרוי נעמט א הינדל, און מ׳דרייט דאס ארום א פאר מאל איבערן קאפ און אזוי גיט מען איבער די עבירות פארן האן/הינדל און דערנאך טראגט מען עס צום שוחט און דאס איז א כפרה פאר די עבירות.

איך קען א ביסל פארשטיין דעם קאנצעפט אז מען נעמט א קרבן פאר די עבירות אבער די וועג וויאזוי מען באהאנדלט דעם קרבן, דער רבו״שע זאל אונז באהיטן! דער האן גיט דאך אוועק זיין לעבן פאר דיינע זינד. א ביסל רחמנות און מיטגעפיל מעג מען נאך האבן צו דעם באשעפעניש. און אפילו דאס רעספעקטירן. א קוש געבן אנשטאט א שטויס! (א סך חסידים פירן זיך ביים סוף צו געבן דעם האן/הינדל א שטויס און זאגן „דיר צום טויט און מיר צום לעבן‟). און בכלל דאס רופן שלאגן כפרות קלינגט זייער בייז. מיר דארפן דאס אנהייבן רופן מקיים זיין כפרות!

עס איז דא נאך א מנהג פון פטור ווערן פון עבירות און דאס איז תשליך! ביי א סך יידן פירט זיך אז מע גייט צו תשליך אום ראש השנה אבער נישט אלע באווייזן עס. קען מען אויכעט גיין עשרת ימי תשובה. מען גייט צום וואסער און מען ווארפט אריין ברעקלעך און מען טרייסלט אפ דאס קלייד און אזוי ווארפט מען אוועק אלע עבירות און וואסער אריין.

פארשטייט זיך אז מען דארף נאך אלץ תשובה טון א חוץ די אלע מנהגים ווייל אז מען טוט אן עבירה קען מען נישט באשולדיגן דאס הינדל אדער די ברעקלעך אין וואסער. עס גייט נישט אזוי, אבער מיר ווייזן כאטש פאר׳ן אויבערשטן אז מיר ווילן זיך אפטרייסלען פון אלע אונזערע שלעכטע מעשים און זיין בעסערע מענטשן. זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א זיסן לעכטיגן יאר מיט אלעם גוטן, אמן!

Click here for the rest of the article...
Viewing all 767 articles
Browse latest View live


<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>