Quantcast
Viewing all 767 articles
Browse latest View live

הײַנט פֿירט וויליאַמסבורג דער אויבנאָן פֿון ייִדיש

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

עס איז קיין ספק נישט אז וויליאמסבורג איז היינט צוטאג די קרוינשטאט פון יידיש. וויאזוי מעסט מען אזא זאך?

לאמיר כאפן א בליק וועלעכע מקומות זענען די מערסט אידיש רעדענדיגע.

אין דער חרדישער וועלט זענען פאראן דריי שטארקע יידיש רעדנדיקע צענטערס: ירושלים, אנטווערפן, און וויליאמסבורג. יידיש ווערט טאקע גערעדט אין נאך מקומות, אבער ס’איז דארט אדער אן א כאראקטער, אדער אונטער דער השפעה פון אט די דריי צענטערס.

למשל דער אידיש פון די לאנדענער חסידים איז אדער ארץ ישראל’דיג, אדער וויליאמסבורג’דיג, אדער אנטווערפעניש, דאס ביסל לאנדאנישקייט אינעם אידיש איז צו ווייניג עס צו באקרוינען אלס א זעלבסשטענדיגער כאראקטער. ביי די לאנדאנער פרויען למשל וועט די אידיש יא פארמאגן אן אייגנארטיגער “קווינישער” כאראקטער, אבער מער אלס א צווייטע שפראך צו ענגליש און נישט אלס עיקר שפראך.

בני ברק פארמאגט אויך א סך אידיש, און אביסל ווייניגער “ענג” ווי דער ירושלים’ער יידיש. דער יידיש דא איז אבער אויך אן כאראקטער, און, איז בכלל נישט די שפראך פון פרויען אדער אין שטוב פון אמתע בני ברק’ער, נאר גיכער ביי ירושלימי משפחות וואס וואוינען אין בני ברק.

Click here for the rest of the article...

ייִדישער אַנימאַציע־פֿילם: דער כעלעמער גולם

Image may be NSFW.
Clik here to view.

אַ סך עלטערן, וואָס פּרובירן אויסצוהאָדעווען זייערע קינדער אויף ייִדיש באַקלאָגן זיך, אַז ס׳איז דאָ אַ ריזיקער דוחק פֿון אַנימאַציע־פֿילמען און אַנדערע טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿאַר קינדער אויף מאַמע־לשון.

עס איז דאָ איין סעריע פֿון שוועדן, וואָס ווערט אונטערגערעדט (בלע״ז: dubbed) אויף ייִדיש אָבער די סיפּורי־מעשׂיות האָבן ניט קיין שום שײַכות צו דער ייִדישער קולטור אָדער געשיכטע. עס זענען אויך דאָ, ליידער, בלויז זעקס אָדער זיבן פֿון זיי.

איינער פֿון די איינציקע גאָר־געלונגענע אַנימאַציע־פֿילמען אויף ייִדיש איז געשאַפֿן געוואָרן דורך די פּוילישע אַנימאַטאָרן מאַרצין קאָזשלינסקי און מאַרטינאַ מאַיעווסקאַ. ער דערציילט וועגן דעם כעלעמער בעל־שם רבי אליהו און וואָס עס איז געשען נאָך דעם, וואָס ער האָט געשאַפֿן אַ גולם.

דער פֿילם, וואָס מע האָט פּראָדוצירט ווי אַ טייל פֿון אַ סעריע אַנימירטע פֿאָלקס־מעשׂיות אין אַ ריי שפּראַכן, איז אונטערגעשטיצט געוואָרן דורך דער פּוילישער, אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער רעגירונג. מע האָט אַרויסגעלאָזט דעם פֿילם אין פֿיר נסוחאָות, מיט דער נאַראַציע פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש, פּויליש, ענגליש און העברעיִש. אויף ייִדיש און העברעיִש לייענט קאָבי ווײַצנער פֿאָר דעם טעקסט. כּדי צו קאָנטראָלירן, אַז די מעשׂה איז אויטענטיש פֿון אַ קולטורעלערן שטאַנדפּונקט אַ וואַרשעווער רבֿ, יואל־חיים נאָוויצקי, האָט איבערגעקוקט דעם פֿילם, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז די העלדן זענען אין גאַנצן ייִדישלעך.

צווישן די אַנדערע אַנימאַציע־פֿילמען מיט לעגענדעס פֿון פֿאַרשידענע קולטורן איז דאָ נאָך אַ פֿילם מיט אַ שײַכות צו די ייִדן: אַ פֿילם וועגן אַ וווּנדער־פֿערד פֿונעם פֿירשט וויטאָלד. מע האָט געשאַפֿן דעם פֿילם אויף דער טערקישער שפּראַך, וואָס עס רעדן די מיזרח־אייראָפּישע קראָים.

Click here for the rest of the article...

שלח־מנות

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

האַלב וואָכעדיק, האַלב יום־טובֿדיק, מיט אַ זײַדענער פֿאַטשיילע און מיט אַ פֿאַרטוך, שטייט די מאַמע בײַם טיש, שטאַרק צעטראָגן. עפּעס אַ ווערטעלע אויסצורעדן — כּמעט אַ מאה שלח־מנות אָפּנעמען און כּמעט אַ מאה שלח־מנות אָפּשיקן. קיינעם נישט אָנזעצן, חלילה קיין טעות נישט האָבן, געדענקען וועמען וואָס פֿאַר אַ שלח־מנות מע באַדאַרף אָפּשיקן.

צום בײַשפּיל: אַז יענער שיקט אײַך איין פֿלעדל, צוויי קישעלעך, איין מאָהינדל, צוויי שטיקלעך טאָרט, איין האָניק־טײגל, מיט צוויי צוקער־לעקעכלעך — באַדאַרפֿט איר אים אָפּשיקן, געוויינטלעך, צוויי פֿלעדלעך, איין קישעלע, צוויי מאָהינדלעך, איין שטיקל טאָרט, צוויי האָניק־טײגלעך, מיט דרײַ צוקער־לעקעכלעך. מע באַדאַרף האָבן אַ קאָפּ פֿון אַ מיניסטער, חלילה, נישט אָנמאַכן אַ חתונה, ווי עס האָט זיך אַמאָל שוין געטראָפֿן בײַ אונדז אַזאַ אומגליק, דאָס הייסט, מע האָט אָפּגעשיקט איינער אַ נגידיתטע צוריק איר אייגענעם שלח־מנות, האָט זיך דאָס געטאָן! עס איז אַרויס אַ מחלוקת צווישן די מאַנען, מיט סקאַנדאַלן, מיט פּעטש, מיט מסירות, מיט רדיפֿות, ווי געוויינטלעך… הײַנט די מענטשן, וואָס ברענגען דעם שלח־מנות, באַדאַרף מען אויך עפּעס שענקען, וועמען אַ קאָפּיקע, און וועמען צוויי, און וועמען נאָך מער ווי צוויי…

אָט עפֿנט זיך די טיר און סע קומט אַרײַן אַ מיידל מיט שטאַרק־רויטע האָר און מיט אַ סך קלײַען אויפֿן פּנים — דאָס איז מײַן רבינס אַ מיידל. זי גייט אַרום פֿון איין בעל־הבית צום אַנדערן און נעמט צונויף די שלח־מנות פֿאַרן רבין. זי טראָגט אין האַנט אַ שעלעכל, איבערגעדעקט מיט אַ טישטעכל. אינעם שעלעכל ליגט אַ לעקעכל, אינעם לעקעכל שטעקט אַ ראָזשינקע, און אויף דער ראָזשינקע ליגט אַ זילבערנע מטבע. די מאַמע דעקט אויף דאָס טישטעכל און לייגט צו צו יענער מטבע נאָך אַ מטבע. און אויך דעם מיידל רוקט זי עפּעס אין האַנט אַרײַן. דאָס רויטע מיידל ווערט נאָך רויטער און ווינטשעוועט, ווי אַן אַלטע: „דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟…

נאָך דעם רויטן מיידל קומט אַרײַן אַ געשוואָלן בחורל מיט אַן אויפֿגעטראָגענער באַק, אונטערגעבונדן מיט אַ בלויער פֿאַטשיילע. איין אויג אַ קליינס, דאָס אַנדערע אַ ביסל גרעסער. אין האַנט האַלט ער אַ מעשן טעצל. אויף דעם טעצל ליגט אַ פֿלעדל, אויפֿן פֿלעדל איז אויסגעוויקלט אַ פֿישעלע. דאָס פֿישעלע איז אָנגעפֿילט מיט האָניק־פֿאַרפֿל. און בײַ דער זײַט ליגן עטלעכע זילבערנע מטבעות און אַ פּאָר קערבלעך פּאַפּירענע. דאָס געשוואָלענע בחורל גייט צו גלײַך צו דער מאַמע און שיסט אויס אין איין אָטעם, ווי אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק: „אַ גוט יום־טובֿ, דער רבֿ האָט אײַך געשיקט שלח־מנות און דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟… דאָס געשוואָלענע בחורל נעמט אָפּ זײַן רח׳׳ש און גייט אַוועק אָן אַ „זײַט־געזונט‟, וואָרום די ווינטשעוואַניע האָט ער על־פּי טעות אויסגעכאַפּט פֿריִער. און עס קומען אָן אַלע מאָל נײַע פּאַרשוינען מיט נײַע שלח־מנות: פֿונעם דיין, פֿונעם חזן, פֿון די שוחטים, פֿונעם סופֿר, פֿונעם תּלמוד־תּורה־מלמד, פֿונעם בעל־תּוקע, פֿונעם בעל־מגילה, פֿונעם מנקר, פֿונעם וואַסערפֿירער, פֿונעם בעדער (אויך כּלי־קודש!), און נאָך די דאָזיקע אַלע קומט צו גיין וועלוול דער שמשׂ אַליין, נעבעך אַ קראַנקער, אַ הייזעריקער, אַ יאַדעשליווער. ער בלײַבט שטיין אַ ווײַלע בײַ דער טיר, כאַפּט זיך בײַם האַרצן און פֿאַרהוסט זיך.

— וואָס וועט איר עפּעס זאָגן גוטס? — פֿרעגט אים די מאַמע שוין רעכט מיד פֿון דער אַרבעט.

— מע האָט אײַך געשיקט שלח־מנות — מאַכט וועלוול און באַווײַזט אַ לעקעכל אין האַנט. — דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער…

— פֿון וועמען איז? — פֿרעגט אים ווידער די מאַמע און לייגט אַרײַן די האַנט איבערן פֿאַרטוך; זי זוכט אַ מטבע.

— פֿון מיר טאַקע אַליין, דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער — מאַכט וועלוול און פֿאַרהוסט זיך. — האָט קיין פֿאַראיבל ניט, וואָס אַליין… נישטאָ וועמען צו שיקן. געווען אַ מיידל, איז זי, ניט דאָ געדאַכט… איר געדענקט דאָך מײַן פֿריידלען, עליה־השלם?…

וועלוול דער שמשׂ פֿאַרהוסט זיך אויף אַ גאַנצער מינוט, און די מאַמע טוט זיך אַ כאַפּ צו דער קעשענע, נעמט אַרויס עטלעכע מטבעות מיט אַ מאָל און רוקט אים אַרײַן אין האַנט אַרײַן, און איז אים מכבֿד, אויסער דעם, מיט אַ שטיק טאָרט און מיט אַ פּאָר פֿלעדלעך. וועלוול שטופּט דעם טאָרט מיט די פֿלעדלעך אין בוזעם אַרײַן, דאַנקט און ווינטשעוועט: „דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער מאַן און מיט אײַערע קינדער‟, און פֿאַרהוסט זיך ווידער אַ מאָל. איך טו אַ קוק אויף דער מאַמע — און דערזע, אויף אירע שיינע אויגן הענגט אַ טרער.

וועלוול דער שמשׂ האָט מיט זײַן שלח־מנות, וואָס ער האָט געבראַכט „פֿון זיך אַליין‟, אַ ביסל פֿאַרשטערט אונדז דעם יום־טובֿ. אָבער ניט אויף לאַנג. באַלד נאָך זײַן אַוועקגאַנג קומען אָן נײַע פּאַרשוינען מיט נײַע שלח־מנות. און די מאַמע האַלט אין איין טיילן געלט: אַ גראָשן אויף צווייען, צוויי גראָשן אויף דרײַען. און איטלעכער באַזונדער באַקומט אַ שטיקל טאָרט, אַ פֿלעדל, אָדער אַ לעקעכל — לאָז אַן אָרעמאַן אויך וויסן פֿונעם הייליקן יום־טובֿ…

— דערלעבט איבעראַיאָר מיט אײַער…

— גם אַתּם! דערלעבט אויך איבעראַיאָר!…

Click here for the rest of the article...

רפֿואות אָן אַ יסוד — צי שאַטן זיי?

Image may be NSFW.
Clik here to view.

ליבער ד״ר בערגער,

Image may be NSFW.
Clik here to view.

צי קען מען אָנרופֿן שעדלעך אַזעלכע רפֿואות װאָס דערפֿירן נישט צו קײן פֿיזישן היזק, אױב טײל מענטשן האַלטן שטאַרק דערפֿון און װערן געהאָלפֿן דערפֿון (אַפֿילו אויב עס דאַכט זיך זײ נאָר)? עס גײט דאָ אַ רײד װעגן זאַכן װי האָמעאָפּאַטיע אָדער װיטאַמינען.

לאָרענס ראָזענװאַלד
מאַסאַטשוסעטס

טײַערער לאַרי,

פֿאַראַן אַזעלכע כּמו־רפֿואות װאָס, לױט די װיסנשאַפֿטלעכע באַװײַזן, העלפֿן בכלל נישט, נאָר מע באַניצט זיך מיט זײ סײַ װי סײַ. װי דו זאָגסט, זײַנען טײל פֿון זײ „אַלטערנאַטיװע“ באַהאַנדלונגען (די, װאָס װערן נישט געשטיצט פֿון דאָקטױרים אָדער װיסנשאַפֿטלערס), נאָר מע קען זיי יאָ באַקומען אין אַ צאָל דאָקטער־ביוראָען.

אַ סך מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר װײסן אַז האָמעאָפּאָטיע, דאָס צעלאָזן געװיסע כעמיקאַלן אין װאַסער אױף אַזאַ מאָס, ביז זײ װערן ממש נישט צו דערשפּירן און קענען על־פּי כעמיע נישט האָבן קײן װירקונג, איז אַן אױסגעבלאָזן אײ. פֿון דער צווייטער זײַט, װיפֿל מאָל קלערט מען איבער צי ס׳איז טאַקע כּדאַי זיך צו מאַכן אַן „עם־אַר־אײַ“ װאָס דער דאָקטער הײסט דיר אַדורכמאַכן אין פֿאַל פֿון אַ געװײנטלעכן װײטיק אין די קריזשעס? דאָס איז דאָך אױך באַזירט אױף קנאַפּע ראיות.

װאָס איז דער אונטערשײד צװישן די צװײ מינים רפֿואות וואָס זענען ביידע אָן אַ יסוד? דו גיסט אָנצוהערן אַז האָמעאָפּאַטיע און װיטאַמינען דערפֿירן נישט צו קײן היזק. דאָס איז, צום באַדױערן, נישט אמת. װיטאַמינען און האָמעאָפּאַטישע כּמו־רפֿואת קענען האָבן אַ נעגאַטיוון צווישן־קאָנטאַקט מיט אַנדערע מעדיקאַמענטן און דערבײַ אַרױסרופֿן ערנסטע שאָדנס אין געװיסע קרענקען, למשל ראַק.

פֿאַר װאָס נעמען מיר יאָ אָן פֿון אונדזער דאָקטער אַזוינע רעקאָמענדאַציעס וואָס האָבן בכלל נישט קיין גרונד איז אַ באַזונדערע מעשׂה. מיט אײן װאָרט: זײ האָבן דעם כּוח און די טרענירונג, מוזן מיר ביז אַ געװיסע מאָס נאָכטאַנצן נאָך זײער ניגון. װי אַזױ פֿאַרריכט מען דאָס? מע דאַרף פֿאַרגרינגערן דאָס שטעלן פֿראַגעס אין דאָקטער־ביוראָ, העלפֿן דאָקטױרים זיך אױפֿפֿירן לױט די בעסטע װיסנשאַפֿלטלעכע באַװײַזן, און אָפּגעװײנען די געזעלשאַפֿט פֿון בלאָף און „פֿײק ניוס.“


ליבער ד״ר בערגער,
װי טייטלעך דאַרף אַ קראַנקײט זײַן, ביז מע טראַכט נישט אױס אױף דעם אַ װאַקצין? צי איז דאָ אַזאַ מינימום ניװאָ קראַנקײטן, װאָס אַ געזעלשאַפֿט טאָר נישט פּרוּװן עלימינירן?

לאָרענס ראָזענװאַלד
מאַסאַטשוסעטס

טײַערער לערי,

די גרעסערע פֿראַגע, װאָס דו ביסט אױף איר מרמז, איז אַזאַ: אַזױ װי יעדע געזעלשאַפֿט האָט פּריאָריטעטן, װי אַזױ קען מען באַשטימען װיפֿל געלט מע זאָל אױסגעבן אױף געזונט, און נישט אױף דערציִונג, צום בײַשפּיל, אָדער קונסט? זיכער קען מען פּרוּװן אויסוואָרצלען אַלע קראַנקײטן, נאָר דאָס הייסט אַז עפּעס אַנדערש וועט נישט באַקומען קיין פֿינאַנציעלע שטיצע.

דאָס איז אַ גרױסע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגע. אױף אײן פֿוס קען איך זאָגן אַז לױט דער ברײטסטער דעפֿיניציע פֿון געזונט, באַרימט געמאַכט און פֿאַרשפּרײט דורך דער װעלט־געזונט־אָרגאַניזאַציע, רעדט זיך וועגן אַן אַלגעמײנעם מצבֿ פֿון װױלזײַן, נישט נאָר אַז מע זאָל אויסראָטן קראַנקייטן. מיט אײן װאָרט: אױב געזונט הייסט דאָס פֿאַרבעסערן פֿונעם מענטשן־מצבֿ בכלל, דאַרף מען אָנהײבן מיטן סוף: צו װאָס זאָלן מיר צילעװען אין געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, און װי אַזױ קענען מיר דאָס אױפֿטאָן?

Click here for the rest of the article...

ער האָט געבראַכט אַ רעוואָלוציע אין חסידישער נגינה

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

ר׳ ירמי׳ דמן, אלט איבער די זעכציג און שוין מער ווי פערציג יאהר א חסידישער זינגער אויף יידיש, איז ווערט מע זאל אים באטיטלען „דער טאטע פון די היינטיגע יידישע נגינה”.

געבוירן ביי די „דמן” פאמיליע, אלע אויסגערופנע בעלי תפילות, זיין טאטע ר׳ איצ׳ה, זיין זיידע ר׳ מרדכי, אלס קינד איז ירמי׳ שוין געווען באקאנט מיט זיין הערליכער קול. אבער נאך די חתונה האט ער ארויס געגעבן הונדערטער לידער און ניגונים וואס דערקוויקען אלע חסידים, זיי ווערן געזינגען איבראל.

זיין קול איז זיס, שטארק און חסידיש, ער קען דרייען מיטן קול ארויף און אראפ, זייער וואונדערליך. זיינע לידער אויף יידיש, מיט הערליכע גראמען, זענען פול מיט הארץ און לעבן, מיט ליבשאפט צו די תורה און צו השם, באגאסן מיט א פולן חסידישן חן.

ר׳ ירמי׳ איז אן עכטער חסידישער ייד, במלא מובן המלה, מיטן גאנצע טראסק, דעריבער ווערן זיינע ניגונים אנגענומען ביי אלע חסידים איבער דער וועלט. ער אליין איז געבליבן געטריי „בעלזא” בכלל, און צום בעלזער רבין בפרט.

ער האט צוגעזאגט פאר זיין רבין אז ער וועט קיינמאל נישט זינגען נאר ביי די טישען פון רביים און חסידישע פארברענגען, און ער האלט עס אן, ער זינגט נאר צווישין חסידים, נישט ערגעץ אנדערש.

אין די גלארייכע היסטאריע פון בעלזא חסידות, איז ניגונים און לידער, ספעציעל יידישע לידער, געווען זייער א קליינע זאך. ביי בעלזא רביים און „טישן” האט מען נישט געמאכט קיין גרויסע זאכן פון „ניגונים”. בכלל איז אין די ערשטע דרייסיג יאר נאכן וועלט קריג, כמעט נישט געווען קיין נייע הארציגע לידער אויף יידיש ביי חסידים, אלע לידער זענען געווען פון „דער אלטער היים”. אפילו וויזשניצער און חב״ד חסידים, וואס האבן זיך יא אויסגעצייכנט מיט ניגונים, עטליכע פון זיי אויף יידיש, איז אבער נישט געווען אזא זאך ווי א „נייער ניגון” אויף יידיש.

דאס אלעס איז געווען ביז ר׳ ירמי׳ דמן האט איבערגענומען דאס „היכל הנגינה”, אויפן באפעל פון זיין רבי׳ן דער בעלזער רבי שליט״א, און ער האט דערמיט געברענגט א רעוואלאציע אין די חסידישע וועלט פון נגינה, וואס האט געטוישט דעם סטיל ביי אלע חסידות׳ן אין דער וועלט.

מיט אים האט מען צוזאמענגעשטעלט א קאפעליע, א גרופע זינגער, ווי משה (מונה) ראזענבוים און הרה״ח ר׳ יוסף צבי ברייער, זיי פירן אן די ניגונים ביים טיש פון בעלזא שוין איבער פערציג יאר, און אזוי איז איבערגעדרייט געווארן פון א חסידות וואס האט גארנישט געזונגען, צו א חסידות וואס איז פול מיט נגינה אויפן העכסטען פארנעם!

אזוי ווי אלע חסידישע יידישע זינגער האט ער א סך געבויעט זיינע יידישע לידער אויפן „זיידע‟ פון די חסידישע זינגער — יום טוב עהרליך. ער האט שוין איבערגעזונגען א סך לידער פון אים, אויף זיין אייגענעם שניט, אויף די סי־די „ערליכע ניגונים”, אבער ער האט „איבער׳געאנדערשט” עטליכע פון זיינע באקאנטע לידער, וואס אויף דעם קען מען אים קריטיקירן. 
 זעט ווי ירמי׳ דגן בייט די ווערטער פֿון יום טוב עהרליך.
אט איז דאס אריגינעלע ליד פון יום טוב עהרליך

און אט איז ווי ירמי׳ דמן האט עס געטוישט:

עס זעט אויס אז ווי מען רעדט פון עפעס וואס איז נישט אזוי שטארק פרום לויט זיין מיינונג, טוישט ער עס.

ביי דעם באקאנטען ליד פון „יאקאב”, זינגט ר׳ יום טוב ערליך אזוי:

איך האב א טאכטער יונג און שיין, איך וועל דיר געבן פאר א כלה = דו קריגסט די שענסטע כלה אין דער וועלט = מען פירט שוין די כלה מיט גליק = אויבן אן עס זיצט די כלה

ר׳ ירמי׳ דמן זינגט דאס אזוי:

איך האב א טאכטער יונג און פיין, ס׳איז פאר דיר א שיינע שידוך = דו טוסט די שענסטע שידוך אויף דער וועלט = מען גייט שוין צו די חופה מיט גליק = אויבן אן עס זיצען אלע

ביים באקאנטן ליד „רחל רבי עקיבא׳ס פרוי” זינגט ר׳ יום טוב ערליך:

אין די מיידל, פיין און איידל = ער געפינט ביים מיידל חן = און זיין ווייבל, ווי א טייוועל = האט ר׳ עקיבא, זיין פרוי דער ליבער.

ר׳ ירמי׳ דמן זינגנט עס אזוי:

און די טאכטער אויכעט ער = א שידוך זייער שיין = און זיין בני בית, מלא חיות = האט ר׳ עקיבא, דער ראש ישיבה

גאר מערקווערדיג איז ביי די לידער פון חבלי משיח „איך פאר אהיים”. ר׳ יום טוב עהרליך וואס איז באקאנט מיט זיינע שארפע שטעלונגען קעגן די יידישע מדינה, זינגט פארוואס מען האט נישט געקענט פארן קיין ישראל נאכן וועלט קריג:

און אז מען ווערט קראנק אמאל = שרעקט מען זיך אריין גיין אין א שפיטאל

ר׳ ירמי׳ דמן וואס געהערט צום בעלזא, וואס זענען נישט שארף קעגן די יידישע מדינה, נאר זענען א טייל פון די מדינה, האט דא איבערגעטוישט, פארוואס מען האט נישט געקענט קומען וואוינען קיין ישראל נאכן וועלט קריג:

די אראבער איבעראל = פרנסה שוואך, מען שטייט דאך דארטן זייער שמאל.

לויט מיין מיינונג איז עס נישט ריכטיג, אויב ער זינגט דאס ליד פון ר׳ יום טוב עהרליך, דארף ער עס לאזן, נישט פרואוון זיין ״פרומער״ פון אים.

ר׳ ירמי׳ איז אויך א ראש ישיבה, ער פארנעמט זיך מיט חינוך אין די בעלזער ישיבות אין טלז־סטון, ער נוצט אויס זיין כח הנגינה צו ציען און דערהייבן נפשות ישראל אויפן ריכטיגן וועג. זאל אים השם געבן כח און מח ווייטער אנגיין מיט הצלחה!

Click here for the rest of the article...

יחיאל שרײַבמאַנס מיניאַטורן שילדערן דאָס שטעטלדיקע לעבן

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

אַ ברונעם וואָס סקריפּעט, אַן אַלטער דיין וואָס וויל נישט עפֿענען די אויגן — דאָס זענען די אימאַזשן וואָס דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן לעבט אויף מיט זײַנע בילדערישע מיניאַטורן וועגן זײַן מאָלדאַווישן היימשטעטל ראַשקעוו.

אין דעם ווידעאָ דערציילט ער וועגן זײַנע יאָרן אין ייִדישן טעאַטער אין בוכאַרעשט, ווען יונגע שרײַבער און טוער פֿון ראַשקעוו און טשערנאָוויץ פֿלעגן אײַנשטיין בײַ אים אין שטוב. ער דערמאָנט די טאַלאַנטירטע בעסאַראַבישע ייִדישע שרײַבער פֿון יענע יאָרן, בפֿרט זעליג בערדיטשעווער, דער מײַסטערישער פֿאָלקספּאָעט וואָס די ליטעראַרישע עליטע האָט דעמאָלט נישט אָפּגעשאַצט ווי געהעריק, כאָטש זײַנע לידער זענען געווען שטאַרק באַליבט בײַ די בעסאַראַבער ייִדן.

שרײַבמאַן דערציילט אויך וועגן די שרעקלעכע יאָרן בעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען ער און זײַנע קאָלעגעס האָבן ווײַטער געשאַפֿן אויף ייִדיש, אַפֿילו אויב פּשוט דאָס אָנשרײַבן אַ בריוו דעם טאַטן האָט געקענט גורם זײַן מע זאָל אַרעסטירט ווערן. הײַנטצוטאָג, באַטאָנט ער, דאַרף דער עיקר פֿון יעדן שרײַבער זײַן אויפֿצולעבן דאָס שטעטל פֿון וואַנען ער שטאַמט ווײַל במשך פֿון דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע איז דאָס שטעטל פֿאָרט געווען „די ייִדישע מלוכהשאַפֿט אין גלות‟.

דער דאָזיקער דאָקומענטאַר־פֿילם איז איינער פֿון צען, אין וועלכע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער פֿונעם עלטערן דור רעדן אָפֿן־האַרציק וועגן זײַער לעבן. די פֿילמען זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע ווי אַ די־ווי־די סעריע מיטן נאָמען, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟.

A squeaky well, an old Jewish judge who refuses to open his eyes – these are the images that the writer Yekhiel Shraybman brings to life with his vivid vignettes about his Moldavian hometown, Rashkev.

In this video he describes his years in the Yiddish theater in Bucharest, when young writers and activists from Rashkev and Chernovitz would stay at his house. He mentions the talented Bessarabian Yiddish writers of that period, especially Zelig Berditchever, the masterful folkpoet whose artistry wasn‘t yet appreciated by the literary elite, although his songs were very popular among the Bessarabian Jews.

He recounts the terrible years during and after WW II when he and his colleagues continued writing in Yiddish, even though merely writing a letter to one’s father could lead to one‘s arrest. Today, he says, the essence of every writer needs to be to bring back to life the shtetl of his ancestors, since throughout the history of East European Jewry, the shtetl served as “the cradle of Jewish nationhood in the diaspora”.

This documentary is one of ten in which acclaimed Yiddish writers and cultural figures of the pre-war generation speak openly about their lives. The films (in Yiddish with English subtitles) were directed by award-winning writer and former Forverts editor Boris Sandler and produced through the Forward Association as a DVD series called “Monologues of Yiddish Writers”.

Click here for the rest of the article...

„אַ ייִדישע מאַמע‟ פֿון יאָסעלע ראָזענבלאַט

Image may be NSFW.
Clik here to view.

צוויי ייִדישע לידער זענען זייער ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע אויף ענגליש: „דאָנאַ דאָנאַ‟ און „אַ ייִדישע מאַמע‟, אינעם ענגלישן נוסח — My Yiddishe Momme.

ביידע לידער זענען געווען ריזיקע שלאַגערס אויף ביידע שפּראַכן און ווערן הײַנט געזונגען אַרום דער וועלט אויף צענדליקער לשונות. כאָטש ס׳רובֿ אַמעריקאַנער (שוין אָפּגערעדט פֿראַנצויזן און יאַפּענער), ווייסן בכלל ניט, אַז „דאָנאַ דאָנאַ‟ איז לכתּחילה געווען אַ ייִדיש ליד, ווייסן אַלע גלײַך בײַם צוהערן זיך צו „אַ ייִדישער מאַמע‟ וועגן וואָס עס האַנדלט זיך דאָרט.

„אַ ייִדישע מאַמע“, בפֿרט אין זײַן ענגלישן נוסח, טראָגט אין זיך די סטערעאָטיפּישע עמאָציאָנעלע קנייטשן פֿונעם אַמעריקאַנער „וואָדעוויל‟ פֿון די 1920ער יאָרן און ס׳איז קיין חידוש ניט, וואָס אַ לידער־שרײַבער פֿאַר „וואָדעוויל‟, דזשעק יעלען, האָט אָנגעשריבן דעם טעקסט.

יעלען, וואָס איז געקומען פֿון פּוילן קיין אַמעריקע ווי אַ קינד, האָט געשאַפֿן מער ווי 200 דעמאָלט באַקאַנטע לידער, אַ סך פֿאַר דער ייִדישער זינגערין און אַקטריסע סאָפֿי טאָקער.

טאָקער (פֿון דער היים סאָניע קאַליש) איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע און איז צום מערסטנס באַקאַנט געווען פֿאַר איר גרעבלעכער קאָמעדיע. ווען זי האָט אַרויסגעלאָזט דאָס ליד „אַ ייִדישע מאַמע‟ אויף אַ פּלאַטע אין 1925 איז עס אומדערוואַרט געוואָרן אַ שלאַגער, און פֿאַרקויפֿט איבער אַ מיליאָן עקזעמפּלאַרן, אַ געוואַלדיקע צאָל צו יענער צײַט.

דאָס ליד איז אויך געווען איינס פֿון די סאַמע ערשטע לידער, וואָס מע האָט אַרויסגעלאָזט אין אַמעריקע אין אַ צוויישפּראַכיקן פֿאָרמאַט. אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער פּלאַטע האָט טאָקער געזונגען אויף ענגליש און אויף דער צווייטער — אויף ייִדיש. אָט קענט איר הערן טאָקערס רעקאָרדירונג אויף ביידע שפּראַכן:

אין די 93 יאָר זינט טאָקער האָט דאָס ליד פּאָפּולאַריזירט, האָבן ממש הונדערטער באַקאַנטע זינגער אַרויסגעלאָזט זייערע אייגענע נוסחאָות פֿונעם ליד, אויף ענגליש, ייִדיש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, שפּאַניש, אונגעריש, דײַטש, פֿיניש און אַפֿילו אַראַביש. צווישן זיי — בילי האָלידיי, טאָם דזשאָנס, ניל צדקה און קאַני פֿרענציס.

האָלידייס נוסח, רעקאָרדירט בעת אַן אומפֿאָרמעלער רעפּעטיציע, איז כּדאַי צו הערן:

אויף ייִדיש זענען ספּעציעל באַרימט געוואָרן די נוסחאָות פֿון די שוועסטער בערי און יאָסעלע ראָזענבלאַט. אָט קענט איר הערן ווי עס האָבן דאָס ליד פֿאָרגעשטעלט די שוועסטער בערי אויף ענגליש און ייִדיש:

דאָס ליד קען מען הײַנט אויך הערן אין דער חסידישער וועלט. אָט זעט ווי דער „שירה־כאָר‟, צוזאַמען מיט דער „פֿריילעך־קאַפּעליע‟, טרעטן אויף מיט דעם ליד אויף אַ הכנסות־ספֿר־תּורה אין ברוקלין.

Click here for the rest of the article...

„איז געווען אַ מאָל אַ פּאַסטעכל‟ פֿון מרדכי הירשמאַן

Image may be NSFW.
Clik here to view.

עס זענען דאָ אויף ייִדיש, ווי אויך אויף אַנדערע מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַכן, אַ סך לידער וועגן פּאַסטעכער, וואָס זענען אין דער אמתן אַלעגאָריעס אויף גרעסערע טעמעס. איינס פֿון די באַקאַנטסטע איז דאָס טרויעריקע, מיסטעריעזע ליד „איז געווען אַ מאָל אַ פּאַסטעכל‟. אינעם ליד פֿאַרלירט דער פּאַסטוך זײַן שעפֿעלע און עס דאַכט זיך אים, אַז זײַן „איין און איינציק שעפֿעלע‟ האָט זיך געטראָפֿן מיט אַ מיתה־משונה. דערפֿאַר טענהט ער זיך אויס מיטן רבנו־של־עולם וואָס ענטפֿערט אים, דורך אַ פּויער, אויף אוקראַיִניש.

פֿאַר וואָס פֿאַרמאָגט אַ פּאַסטעך בלויז איין שאָף? און פֿאַר וואָס דאַכט זיך אים, אַז די געוויינטלעכע חפֿצים אין פֿעלד זענען די רעשטלעך פֿון זײַן שעפֿעלע? און צי זעט ער באמת די אַלע זאַכן, צי ס׳איז אַלץ בלויז אַ בייזער חלום? די אַלע פֿראַגעס ווערן ניט פֿאַרענטפֿערט אינעם ליד גופֿא, נאָר יעדער צוהערער קען געפֿינען זײַן אייגענעם אָפּטײַטש. דאָס ליד איז אָבער זיכער אין אַ געוויסן זינען אַן אַלעגאָריע וועגן דער שטערבלעכקייט פֿונעם בשׂר־ודם און זײַן מאַכטלאָזיקייט אין פֿאַרגלײַך מיט גאָט.

דאָס ליד, אַזוי ווי אַ סך אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער, עקזיסטירט אין פֿאַרשידענע נוסחאָות. אַלע נעמען אָבער אַרײַן אַספּעקטן פֿון חזנות, דעם דיאַלאָג אויף אוקראַיִניש און לשון־קודש און שפּורן פֿון פּיזמונים. דער קלעזמער און עטנאָמוזיקאָלאָג זיסל סלעפּאָוויטש, וואָס האָט אַליין רעקאָרדירט זײַן אייגענעם „רעפּ‟־נוסח פֿונעם ליד, טײַטשט עס אויס ווי אַ „מוזיקאַלישער מדרש‟.

אינעם נוסח אויבן זינגט דער חזן מרדכי הירשמאַן. אַ געבוירענער אין טשערניכעוו, אוקראַיִנע, איז ער אַ שטיקל צײַט געווען דער ווילנער שטאָט־חזן. אין 1920 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט רעקאָרדירט דעם דאָזיקן פֿאַרכאַפּנדיקן נוסח פֿונעם ליד. דעם פֿילם האָט צונויפֿגעשטעלט דזשיין פּעפּלער.

ס׳איז אויך כּדאַי צו הערן די אויפֿפֿירונג פֿונעם חזן ישׂראל באַקאָן. אַ באָבאָווער חסיד פֿון קשאַנעוו, האָט ער, צוזאַמען מיט אַ ריי קרובֿים, געהאַלטן וויכטיקע פּאָסטנס ווי אַ חזן אין פֿאַרשידענע שטעט אין פּוילן און דײַטשלאַנד. אַ לאַנגע צײַט האָט ער געוווינט אין בערלין, וווּ ער האָט רעקאָרדירט אַ טוץ לידער אין 1936, אַרײַנגערעכנט זײַן אומפֿאַרגעסלעכן נוסח פֿון „איז אַמאָל געווען אַ פּאַסטעכל‟. נאָך „קרישטאָלנאַכט‟ אין 1938 האָט ער פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד און איז צוריקגעפֿאָרן קיין פּוילן, וווּ ער, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי און זון, זענען דערמאָרדעט געוואָרן אינעם פֿאַרטיליקונג־לאַגער בעלזשעץ, אין 1943.

Click here for the rest of the article...

שנייעלעך

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

שנייעלעך

שנייעלעך, שנייעלעך, ווײַסינקע שנייעלעך,
אַ פֿאַרגעניגן צו קוקן אויף אײַך.
שטיל און פּאַוואָליע באַדעקט איר די ערד,
און פֿריילעך אין האַרצן גלײַך, שנייעלעך, ווערט.

קינדערלעך מאַכן אַ שניימענטש לעם הויז,
אַ יעדן באַגריסט ער, סײַ קליין און סײַ גרויס.
ס’קומען קאַנאַדע באַזוכן פֿיל געסט,
ווען שנייעלעך פֿאַלן, פֿאַרשווינדן די פֿרעסט.

ווינטער, ביסט דאַן אַזוי צאַרט, אַזוי שיין,
ווען שנייעלעך פֿאַלן ביסטו מלא־חן.
נעמסט אונדז האַרציק אַרום,
דערוואַרעמסט די נשמה,
דערלאָזסט ניט די פֿרעסט צו נעמען נקמה.

שנייעלעך, שנייעלעך, ווײַסינקע שנייעלעך,
אַ פֿאַרגעניגן צו קוקן אויף אײַך,
שטיל און פּאַוואָליע באַדעקט איר די ערד,
און וואַרעמט זי אָן, און באַשיצט זי פֿון קעלט.


בײַם טײַכל

אַזוי שטיל, אַזוי גרין, אַזוי שיין
דאָס וואַסער אין טײַך אַזוי ריין
עס שווימען דאָרט קאַטשקעלעך פֿיל
און פֿייגעלעך זינגען גאָר שטיל.
עס כאַפּן צוויי אַלטיטשקע פֿיש
די לופֿט איז אַרום אַזוי פֿריש
פֿאַרכּישופֿט דאָס גראָז און די בלעטער
שוין לאַנג ניט געווען אַזאַ וועטער
ווי שלעפֿעריק איז די נאַטור
דער ווינט האָט פֿאַרלאָרן זײַן שפּור
די וואָלקנס זיי זענען גאָר ווײַט
דער רעגן ער איז נאָך ניט גרייט
עס וואַרעמט די זון אַזוי ברייט
לאָזט שמירן די גאָלדענע קייט.


כ׳האָב ליב צו וואַנדערן

אין וואַלד און אין די בערג
געוואַנדערט האָב איך אַליין
באַוווּנדערט די נאַטור
ווי שטיל, ווי רײַך, ווי שיין
געקליבן אַ בוקעט פֿון בלומען אַלערליי.
ווי פּערל און ווי גאָלד, נאָך שענער זענען זיי.
און בלוי און ווײַס און רויט
געפֿלאָכטן אין אַ קייט
באַפּוצט אַרום מיט גרין,
מיט בלעטער צאַרט און דין.
געלאָפֿן שנעל אַהיים,
אין קלאָרן וואַסער שטיין. געלאָזט זיי איבער נאַכט
זיך אויפֿגעכאַפּט — אַ פּראַכט!
זיי שטייען אויסגערוט און ווינקען: ס׳איז אונדז גוט.
די קעפּלעך אויסגעגלײַכט, דאָס וואַסער קוים וואָס ס׳גרייכט
„גוט־מאָרגן, מײַנע פֿרײַנד. נאָך שענער זײַט איר הײַנט
לעבט לאַנג, זײַט מײַנע געסט, בליט אויף אין נײַעם נעסט.‟


אַ געבענטשט פּאָרעלע

געבענטשט פֿון גאָט איז שׂרהלע
אַ צוגעפּאַסטע פּאָרעלע
זיי האָבן שוין פֿינף קינדערלעך
צוויי מיידעלעך, דרײַ ייִנגעלעך
אַזוי יונג זעט אויס שׂרהלע
און טוט אַלץ, קיין עין־הרע איר
זי קאָכט און באַקט און לייענט פֿיל
די קינדערלעך ווי ייִדעלעך
דערציִען איז איר ציל
און שטענדיק מיט אַ שמייכל
עס פֿעלט איר ניט קיין שׂכל.
ווי שעפֿעלעך נעמט שׂרהלע די קינדערלעך אַרום
זיי קומען זיך צו לויפֿן פֿון אומעטום
און אַלע צו דער מאַמען
זי האָט דאָך טויזנט טעמען
דעם טאַטן גרויסן כּבֿוד
גיט שׂרהלע אָפּ תּמיד
די מאַמע אירע אסתּר
זעט אויס פּונקט ווי אַ שוועסטער
צוויי קלוגע שוואַרצע אויגן
מען קען זיי אַלעס גלויבן
דער טאַטע, אַ געליטענער
די הענט קיין מאָל נישט ציטערן
גיט צדקה, העלפֿט אַרויס
ווען ס׳איז די נויט גאָר גרויס
זיי היטן אָפּ דעם זיידן
ווי אין אַלטע צײַטן
צו ג־ט און צו לײַטן.

Click here for the rest of the article...

נישט אַלע חסידים פֿאַרמאָגן די זעלבע תּקנות

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

די מערסט באקאנטע קלאסיפיקאציע אין אידענטום איז דער שפאלט צווישן די שטארק פרומע, די חרדים (אולטרא ארטעדאקסן), וואס לעבן אפגעטיילט פון דער דרויסנדיגער וועלט), און די נישט פרומע. עס זענען פאראן קלאסן אינצווישן וואס זענען נישט ממש אולטרא ארטעדאקסיש, אזויווי מאדערן און לייכטע ארטעדאקסן, אדער טראדיציאנעלע אידן אזויווי עס טרעפט א סך ביי די ספרדים, אבער אין אלגעמיין קען מען זאגן אז אידנטום צעטיילט זיך צווישן די פארמאכטע אולטרא ארטעדאקסן אדער חרדים (שווארץ הוטיגע) און די מער וועלטליכע יידישע גרופעס.

מחוץ די חסידישע קרייזן שטעלט מען אפט אלע חרדים אין איין קאטעגאריע כאילו אלע פון זיי וואלטן געווען ווי פון איין טייג געקנאטן. אמת, עס איז דא א געמיינזאמקייט אין דעם ארטאדאקסישן לעבן וואס איז גענצליך אנדערש ווי דער נישט ארטאדאקסישער לעבן, צ.ב.ש. אלע ארטאדאקסן היטן שטערנג דעם שבת און אלע ימים טובים. צי מען גייט ערב שבת כאפן א בליק אין א שטוב פונעם פרומסטן טאשער אדער תולדות אהרן אדער נטורי קרתא׳ניק, צי א מאדערן ארטעדאקסישע שטוב אין פילאדעלפיע, איבעראל וועט זיך אנזען א שטרענג שבת’דיגע אטמאספערע, מען יאגט זיך צו ליכט בענטשן, דער בלעך צוגרייטונגען, צום שפריץ א.אז.וו. דאס זעלבע מיט ערב פסח און אנדערע ימים טובים. יעדער ווייסט אבער אז צווישן א „ברייטער שווארצער הוט איד” און א „כזית קאפל איד” איז דא א ריזיגער חילוק, און א ריזיגער ספעקטרום פון פארשידענע שטאפלען פרומקייט.

די טאשער און ר׳ אהרעלע חסידים, אדער מאה שערים׳דיגע ברעסלאווער, ווי אויך די קאשויער און נטורי קרתי’ניקעס אדער די „פארפרומטע” שיכטן פון סאטמאר, זיי זענען די מערסט „פארמאכטע” אידן, זיי זענען מקפיד אויף א גאר פרום אויסקוקענדיקער לבוש, ווי „פלאכע הוטן” (סאמעטענע הוטן מיט א פלאכער טאפ און ברייטער ראנד), גאר גרויסע סאמעטענע יארמולקעס, אלט מאדישע פלאסטישע ברילן, בעיקר שווארץ, און „אומגעשטרייפטע שווארצע ראקן” (ביי די ר׳ אהרעלעך, א ירושלימער ראק). געווענדליך גייט א האנט זייגער נישט צוזאמען מיט דעם געשטעל.

די שיעור פאות (זייער מאס) איז גאר ברייט, רוב פון זיי וועלן קיינמאל נישט קירצער מאכן די פאות פון די נאטירליכער לענג, ווי אויך וועלן זיי עס נישט צו שטארק שיין מאכן, חוץ ביי די פארפרומטע סאטמארער, זיי וועלן יא אביסל אונטערשניידן די פאות און עס אביסל שיין מאכן מיט א קאם, אזוי האט זיי דער סאטמארער רבי געלערנט. 

קיין איין חסיד וועט נישט אינטערשניידן די בארד, די באלעבאטים וועלן איינדרייען די בארד דאס צו מאכן אויסזען קירצער, אבער די גאר „פארפרומטע” וועלן געווענדליך נישט איינדרייען דעם בארד. געווענדליך וועלן די סארט אידן נישט ארבעטן אין א צו שטארק גוי׳אישער אטמאספערע, נאר בעיקר מיט היימישע אידן. א שטארקער היימישקייט נעמט ארום זייער גאנצער וועזן. טאמער גייען זיי אן א רעקל, זעט זיך אן א גרויסער טלית קטן. 

אין די „עזרת נשים” (די ווייבערישע אפטיילונג) וועלן די פרויען זיין מער „בצניעות”. דאס וועט זיך בעיקר פאררופן אויף דעם קאפ צודעק, און ארץ ישראל וועט דאס בעיקר זיין א „הוילער טיכל” וואס מען זעט אויכעט ביי פארהייליגטע רעביצינס אדער טייל פרומע ספרדישע פרויען. אין חוץ לארץ וועט דאס בעיקר זיין א „שפיצל” (א טיכל מיט א סחורה וואס זעט אויס ווי האר פארנט פונעם טיכל), דאס איז שוין אביסל „אהערגעשטעלט” (חס ושלום נישט „מאדערן”) כלפי דעם הוילן טיכל. 

ערוואקסענע מיידלעך וועלן גיין אדער „צוזאמענגענומענער האר” אדער צעפ, אויף א וועג וואס קוקט אויס מער „שטעטעליש” און נישט לויט א מאדע. עס איז א בא׳חן׳טער פארצייטישער בילד צו זען אין אן ערב שבת אין מאה שערים ווי די מיידעלעך מיט צעפ און לאנגע באשיידענע שעסלען (קליידער), טראגן מיט א שטעטלישער תמימות אריבער געפלאכטענע חלות צום שכינה.

געווענדליך זענען די סארט אידן גענויגט צו „קנאות”, אנטי ציוניזם. דאס גיט צו אגב צו די אויסגעטינקייט פון די וועלטליכקייט, אדער „וועלטליכע אידנטהום”. א גאנצע ריי גאר פרומע מנהגים איז איינגעפירט ביי די אידן, בעיקר אין צניעות און אין „ענייני התבדלות” (אפגעשיידקייט פון יעדער פאפולערע מאדע אדער פירונג, אפילו פאפולערע פירונגען פון פרומע אידן). אבער אויכעט הלכה’שע פרומקייטן וועט מען טיילווייז זען ביי די סארט אידן, בעיקר אין כשרות, ווערים, שעטנז (דער ביבלישער איסור פון אויסמישן וואל מיט פלאקס).

סאטמארער זענען נישט די איינציגסטע צו פארמאגן „פארפרומטע” שיכטן. דאס זעט מען אויך גאר שטארק אין מאנסי וויזשניץ, און סקווירא, און אויף אביסל א קלענערער פארנעם אויך ביי אנדערע חסידות׳ער. אבער עס איז נישט אזוי קענטיק ווי ביי די הייס קנאישע קרייזן. דארט זעט מען שוין נישט אזוי אפט קיין צעפ, טיכלען אדער שפיצלען ביי די ווייבער. „די אידישע שפראך” איז נישט אזוי עקסלוסיוו, אויכעט טראגן די מענער נישט קיין פלאכן הוט און באטייליגן זיך נישט אין קיין הפגנות, דעמאנסטראציעס. ביי די קנאים הייסט דאס שוין אביסל „פאר׳וועלטליכט”.

א שטאפל ווייניגער אין פארמאכטקייט וועלן זיין די באלעבאטישע סאטמארער חסידים. אויך זיי זענען אנטי ציוניש, געווענדליך וועלן זיי האבן אביסל פרימערע צניעות און רעדן מער יידיש ווי באלעבאטים זייערס גלייכן פון אנדערע חסידות׳ער (דאס ווענדט זיך שוין אין א משפחה און צי ער איז א „וויליאמסבורגער” אדער „בארא פארקער”), אבער בדרך כלל קען מען זיי צושטעלן צו די באלעבאטים פון די בעלזער חסידים, קלויזנבורגער, וויזשניצער. די אלע חסידות’ער פארמאגן מער היימישע באלעבאטים מיט מער פרומקייט רעגולאציעס, און מער „אהערגעשטעלטע” באלעבאטים, אמאל פלעגט מען זיי רופן די „רימלעס גלעזער” אידן.

באבאוו (באבוב) און גער, דא זעט מען שוין א חילוק צווישן די מענער זייט און די פרויען זייט, א באבעווער מאן וועט טאקע נישט אויסזען אזוי קאטשעלאביש (בכיוון געמאכט אויסזען נישט פערפעקט) ווי א גערער חסיד; ער וועט פארמאגן א קלאסישע צוזאמענגענומענקייט וואס איז א שטיקל פגם אין „היימישקייט”, אבער פארט זענען ביידע חסידות׳ער גלייך מיט דער דראסטישער אונטערשייד צווישן די מענער און די פרויען, מען זעט גיין אויפן גאס א יונגערמאן מיט די פולער היימישער טראכט, צו איז עס א שטריימל, רעזשעוואולקע (א שבתדיקע זיידענע איבערראק איבער דער בעקיטשע), ווייסע ארויפגעצויגענע זאקן, מיט האלבע (אן בענדלעך) שיך (ביי די באבאווער), צו איז עס א ספאדיק, א צעפלויגענער בארד און פאות, און גערער שיך און זאקן (האלב ארויפגעריקטע זאקן), שפאצירט זיך נעבן א פרוי מיט א לאנגער מאדערנער שייטל, געפאסיקטער קליידל, אויסזעענדיג ווי א פראפעסערקע אין א קאלידזש.

דאן זענען פאראן די קארלינער, סלאנימער, און חב״ד׳סקער. די מענער גייען שוין אביסל „מאדערן” כלפי די אנדערע חסידים, די פאות זענען אונטערגעשניטן אונטער די אויערן (ארץ ישראל׳דיגע קארלינער זענען יא מער טראדיציאנעל מיטן לבוש), און די ווייבער כאטש זיי פארמאגן צניעות רעגולאציעס, זעען זיי אויס פארט גאנץ מאדערן, איבערהויפט די חב״ד׳סקער. ביי די חב״ד׳קער ווענדט זיך די פרומקייט שטאפל נישט אזוי שטארק אינעם לבוש, נאר מער אין א לעבן מיט טיפזיניגן פארשטאנד אין געטליכקייט. ביי אנדערע איז עס מידות אדער קדושה.

ענדליך צו דעם זענען פארהאנען די „אומאפהענגיגע” חסידים, גייען מיט א קראך הוט, מיט שיינע ברילן, און די פאות איידל געקניפט אונטער די אויער. 

ביי שידוכים וועט זיך אנזען א גרויסער קפידה נישט „אויסצומישן” א העכערער שטאפל אין פרומקייט מיט א נידעריגער שטאפל. פרומקייט מיינט, פארשטייט זיך, דער “שם”, „לשון” און „מלבוש” — א היימישער נאמען, דער היימישער מאמע לשון, און א היימישער אנגעטועכטץ. דאס פאררופט זיך בעיקר ביי די פרויען לבוש. א „שפיצל” משפחה וועט חס ושלום זיך נישט משדך זיין מיט א „שייטל” משפחה. א „פראנט” (א קורצער שייטל טיילווייז איבערגעדעקט מיט א טיכל) וועט זיין כמעט פאררעכנט ווי א שפיצל. א „העט” (א לענגערער שייטל מיט א היטל) איז שוין א שטאפל „נידריגער”. די שפיצל „מיוחסות” וועלן זיך געווענדליך נישט משדך זיין מיט סיי וועלעכער „שייטל” אפילו א „פראנט” און אודאי נישט מיט א „העט”.

א הוילער שייטל, ווער רעדט נאך פון א לאנגער שייטל פון עכטע האר, דאס קומט אפילו אין וויסטן חלום נישט אין באטראכט. דאס זעלבע פארקערט, א „שייטל” משפחה, וועט באטראכטן די שפיצל אידענעס אלס צו פארפרומט אדער „סאטמאריש” (רוב שפיצלעך געפונען זיך ביי סאטמארער משפחות). אבער אויך צווישן די שייטל משפחות זענען פאראן אונטערשידן אין די לענג פונעם שייטל, און שידוכים ווערן געמאסטן לויט דעם. 

וואס טוט א אידענע אדער אינגערמאן וואס וויל זיך אביסל מער „אהערשטעלן” אבער ער איז שטעקן געבליבן אין „זיין לבוש”? זענען פאראנען וועגן וויאזוי זיך צו באפיצן אפילו מיט דער באשטומטער לבוש. איז עס א יונגערמאן, וועט ער באארבעטן די פאות, זיך אנטון שיינע ברילן א.ד.ג. איז עס א פרוי וועט זי זיך ארומשפילן מיטן טיכל אדער שייטל עס צו מאכן אויסזען מער מאדערן.

Click here for the rest of the article...

„דער בלומענקראַנץ‟ פֿון שלמה סמולעוויץ

Image may be NSFW.
Clik here to view.

אינעם ייִדישן טעאַטער זענען די טרויעריקע לידער געווען פּאָפּולער פֿון סאַמע־אָנהייב אָן. אַז מע הערט זיך צו צו די אַלטע רעקאָרדירונגען קען מען מיינען, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן פֿון די 1910־1930ער יאָרן זענען געווען גאָר דעפּרעמירט. און אפֿשר ליגט אין דעם טאַקע אַ שטיקל אמת, ווײַל עס דאַכט זיך מיר, אַז ס׳איז אַ שיטה בײַ ייִדן זיך צו דערמאָנען אין טראַגעדיעס בײַ שׂימחות, כּדי מע זאָל קיינמאָל ניט פֿילן הונדערט פּראָצענט פֿריילעך.

דווקא אַזאַ שיטה פֿאָלגט דער באַקאַנטער קאָמפּאָזיטאָר שלמה סמולעוויץ, בעסער באַקאַנט ווי „סאָלאָמאָן סמאַל‟, אין זײַן ליד „דער בלומענקראַנץ‟, וואָס וועבט צונויף אימאַזשן פֿון אַ חתונה מיט, לחבֿדיל, סצענעס פֿון אַ לוויה. אינעם ליד ווערן ביידע פֿאַרגליכן צו אַ קראַנץ בלומען, וואָס צעפֿאַלט זיך, אַזוי ווי דאָס לעבן, אין גיכן פֿאַר די אויגן.

שלמה סמולעוויץ איז געווען דער קאָמפּאָזיטאָר פֿון אַ סך באַקאַנטע ייִדישע לידער אין אַמעריקע, אַרײַנגערעכנט „אַ בריוועלע דער מאַמען‟ אָבער ס׳איז זעלטן וואָס מע הערט זײַן אייגן קול. די דאָזיקע רעקאָרדירונג, פֿון 1910, האָט דיגיטאַליזירט און אַרויפֿגעשטעלט אויף „יו־טוב‟ דזשיין פּעפּלער.

Click here for the rest of the article...

ווידעאָ: חסידיש ליד פּריידיקט חשיבֿות פֿון ייִדיש

Image may be NSFW.
Clik here to view.

די חסידישע שטיצער פֿון ייִדיש באַטראַכטן די שפּראַך ווי אַ הייליקע ירושה, וואָס דינט ווי אַ מיטל זיך צו באַשיצן קעגן דער אַסימילאַציע. אַזאַ צוגאַנג האָט געלערנט דער חת׳׳ם־סופֿר (הרבֿ משה סופֿר, 1762־1839), וואָס האָט געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען געבליבן אַ פֿאָלק במשך פֿון די לאַנגע יאָרן אין מצרים בלויז אַ דאַנק דעם, וואָס זיי האָבן ניט געביטן זייערע נעמען, זייער שפּראַך אָדער זייערע מלבושים.

דער דאָזיקער אָפּטײַטש פֿון אַ באַקאַנטן מדרש ווערט טאַקע דערמאָנט אינעם גאָר־שיינעם נוסח פֿון הרבֿ שלמה קאַלישס ליד „ייִדיש‟ פֿאָרגעשטעלט פֿונעם שירה־כאָר. דאָס ליד דינט ווי אַ מוזיקאַלישער אויסדרוק פֿונעם חסידישן צוגאַנג צו ייִדיש און דערקלערט די חשיבֿות פֿון דער שפּראַך צווישן געוויסע פֿרומע קהילות.

Click here for the rest of the article...

מײַן פּשט אויף די סעקולערע ייִדן וואָס האָבן געפֿירט טראַדיציאָנעלע סדרים

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

לייענענדיג דעם עדיטאריאל פון אונזער חשובע רעדאקטארשע, שרה־רחל שעכטער, ווי זי בענקט צוריק צו די אמאליגע סעקולערע יידן, האב איך זיך אויך פארבענקט נאך די סארט יידישיסטן וואס האבן געקענט דאס אמאליקע און דאס היינטיקע חסידישע לעבן. זיי זענען טאקע געווען די יידן פֿאר וועמען מענדעלע מוכר ספרים, שלום עליכם און יצחק באשעוויס האָבן געשריבן. פאר זיי האט מען געשפילט די אמאליגע יידישע פילמען און פיעסעס.

געהאט האבן זיי א ״יידישען טעם״, א טעם זקנים, געקענט גמרא און יידישע פקחות, פארשטאנען יעדע לשון קודשדיקע מליצה, גערעדט יידיש מיט א חן, געוואוסט האבן זיי פון ״דעם יידישן גאט״, און איך בין זיכער אז זיי האבן געגלייבט אין אים. ווען נישט וואלטן זיי געווארן פאלנע גוים.

די אמאליגע משכיל׳ישע יידן האבן טאקע געלאכט פון מיין לעבנס שטייגער, אבער געמאכט חוזק מיט א געשמאקן ״טעם״. א גוט ווערטל פון א ״משכיל״ האט געטראפען אין פינטעל. ווען מען האט זיי געענטפערט צו דער זאך, האבן די משכילים מיטגעלאכט. היינט איז אזא סארט סעקולערע ייד נישט דא, זיי זענען פשוט אינטערגעגאנגען.

עס זענען דא די וואס באשולדיגן דערין ״היטלער ימח שמו״, וויבאלד ער האט אויסגעראטען א דריטעל פון כלל ישראל, האט ער דערמיט אונטערגעברענגט די גאנצע ״סעקולערע יידישע וועלט״. איך האלט נישט אזוי, ער האט דאך פונקט אזוי אונטערגעברענגט חסידים און זייערע רבי׳ס, גאנצע חסידישע הויפן און זייערע אינסטיטוציעס זענען פארברענט געווארן, די חסידים האבן באוויזען צוריק אויפבויען זיך פון גארנישט, אבער די סעקולערע יידן — נישט! פארוואס? ווייל ווען מען דערווייטערט זיך פון גלויבן אין גאט, נעמט נישט צו לאנג ביז מען פארגעסט וואו מען געהערט, אויב נישט דער טאטע, דעמאלטס די קינדער, אדער די אייניקעלעך.

איך האב אויסגעהערט דעם גאנצן סדר פון יונה גאטעסמאן, עס איז פשוט צעגאנגען ביי מיר פון זיסקייט, עס ליגט אים א ״יידיש״ [לשון קודש] ווארט גוט אין מויל! ס’איז א מחיה צו הערן ווי ער זאגט די הגדה מיטן אלטן יידישן טעם. איז דען דא היינט איין סעקולערער ייד וואס זאגט אזוי געשמאק הגדה ווי ר׳ יונה?

מרת שרה רחל פרעגט: וואָס איז דער שׂכל פֿון מאַכן ברכות און דורכפֿירן רעליגיעזע ריטואַלן ווען מע גלייבט אַליין נישט אין דעם? איז דאָס נישט אַ מין נישט־אויסגעהאַלטנקייט? איך מוז מודה זיין אז עס האט מיך בארירט די תשובה פון איר טאטע, אז ער טוט עס „צוליב אײַך!‟.

איך וועל אריינלערנען מיין אייגענעם פשט אין זיינע ווערטער, מיט א טייטש פונעם גרויסן בעל שם טוב זצ״ל. גאט פרעגט: פארוואס האב איך ליב אברהם אבינו? ״כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך השם״ (בראשית יח, יט) ווייל ער באפעלט זיינע קינדער נאך אים, היט דעם וועג פון השם.

זאגט דער בעל שם טוב פשט אזוי: ווען א גרויסער סוחר וועט זאגן אין זיין לעצטע צוואה פאר זיינע קינדער: ״איך האב טאקע געהאט אן אויסערגעוויינטלעכע הצלחה און געמאכט א סך געלט אין מיין לעבן, אבער איך בעט אייך, מיינע טייערע, מאכט מיך נישט נאך, ווייל אזא סארט ארבעט קומט אן זייער שווער מיט א סך הארעוואניע״, וועט מען דערפון פארשטיין, אז ער האט חרטה וואס ער האט אזוי שווער געארבעט, ווייל עס איז פארשטענדליך אז פאר די קינדער לאזט מען אין דער צוואה די בעסטע וואס מען וויל פאר זיי. אויב אבער ער שרייבט אין זיין צוואה: ״מיינע קינדער, גייט אין מיינע פיסטריט, פירט אייך ווי איך האב זיך געפירט״, דאן איז צו זען דערפון, אז ער איז צופרידן מיט זיין לעבן, ער וויל גיבן פאר זיינע קינדער דאס בעסטע וואס ער האט. יעצט, וויבאלד מען זעט אברהם אבינו לערנט זיינע דורות שפעטער, צו האבן אמונה אין גאט, איז א סימן אז ער האט ליב זיין גאט, ער זעט דערין הצלחה אינעם לעבן, דערפאר לאזט ער די צוואה אז יעדער זאל אים נאכטון.

א ייד האט א פינטעלע וואס בושעוועט, עס דערמאנט אים אז עס איז דא א גאט, די גאנצע וועלט שרייט אויס אז איינער האט זי באשאפען, אנדערש קען מען נישט פארשטיין פון וואנען עס קומט אזויפיל חכמה אין די וועלט. וויפיל מען זאל אפמאכן ביי זיך אז ״איך בין אן אטעאיסט״, וועט זיך דאך אויפוועקן דאס ״פינטעלע אמונה״. דער יידישער פונק ברענט אין טיפעניש פון הארץ. עס ווארט אויף די ריכטיגע מינוט עס זאל זיך אנצינדען.

יא, די אמאליגע נישט־גלויביגע יידן האָבן געהאט טענות צו גאט, אדער זענען געווען אין כעס אויף וואס גאט האט געטון. זיי האבן געזאגט אז זיי גלייבן נישט, אבער א ייד בלייבט א ייד, זיין גלויבן איז איינגעקריצט אין טיפניש פון זיין נשמה, ער קען עס נישט אויסמעקן. וויפיל מען זאל נישט פרואוון אויסלעשען דאס פייער, צינדט זיך עס צוריק אן. טאקע דערפאר האבן זיי געמאכט אזא שיינעם ״סדר״ פסח ביינאכט, דערפאר האבן זיי געמאכט א ברכה און קידוש יעדע פרייטאג צו נאכטס, ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען לערנען פאר זייערע קינדער. יא צוליב סתירות׳דיגע פראגעס, מוזן זיי זאגן ״איך גלייב נישט״, אבער אין תוך אריין, וויל ער יא זיינע קינדער זאלן האבן אמונה, ווי ער האט געזאגט: איך פיר זיך אויף ווי א ייד — צוליב אייך!

Click here for the rest of the article...

פּסחדיקע קעזלאַטקעס מיט זשורעכלינע־סירעפּ

Image may be NSFW.
Clik here to view.

דערלאַנגט אויף פֿרישטיק דאָס געשמאַקע מאכל פֿון דער אַלטער היים, באַגלייט מיט דעם פֿרוכטסירעפּ און סמעטענע.

Click here for the rest of the article...

„חד־גדיא‟ אויף ייִדיש, לשון־קודש, דזשודעזמע און נאָך

Image may be NSFW.
Clik here to view.

ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאָס ליד „חד־גדיא‟ (איין ציגעלע, אויף אַרמיש) איז שוין מער ווי 400 יאָר אַ טייל פֿונעם סדר, האָבן די ווערטער ניט קיין קלאָרן שײַכות צום יום־טובֿ פּסח.

לחתּכילה איז דאָס ליד מסתּמא געווען סתּם אַ מיטל צו פֿאַרווײַלן די קינדער בײַם סדר. אַזוי ווי דאָס דריידל האָט מען עס אָבער שפּעטער אויסגעטײַטשט אויף אַ מער ערנסטן אופֿן: דאָס ציגעלע רעפּרעזענטירט דאָס ייִדישע פֿאָלק און די אַנדערע בעלי־חיים און חפֿצים סימבאָליזירן די פֿעלקער, וואָס האָבן געהערשט איבער ארץ־ישׂראל. אַזוי אַרום ווערט דאָס קעצעלע באַטראַכט ווי אָשור, דער שטעקן — בבֿל, דאָס פֿײַער — פּערסיע, — דאָס וואַסער — מוקדון, דער אָקס — די רוימישע אימפּעריע, דער שוחט — מצרים און, דער מלך־המוות — די טערקן. לויטן דאָזיקן פּירוש רעפּרעזענטירן די צוויי זוזים (אַ גאָר אַלטע ייִדישע מטבע) די צוויי טאָוולען, אויף וועלכן גאָט האָט אײַנגעקריצט די צען געבאָט.

דאָס ליד, אָנגעשריבן אויף לשון־קודש (מערסטנס אַרמיש), איז געוואָרן גאָר פּאָפּולער אויף אַ ריי ייִדישע שפּראַכן, בפֿרט אין דער ספֿרדישער און מיזרחישער וועלט, וווּ מע האָט הונדערטער יאָרן געזונגען פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע, האַקאַטיִאַ (אַ מאָראָקאַנישער וואַריאַנט פֿון דזשודעזמע) און ייִדיש־אַראַביש. אויף ייִדיש זינגט מען דאָס ליד שוין איבער 150 יאָר. די „קלאַסישע‟ ייִדישע איבערזעצונג האָט געמאַכט יצחק לוקאָווסקי. אַ צווייטע פּאָפּולערע ייִדישע איבערזעצונג האָט געשאַפֿן יצחק פּירזשניקלאָוו.

אויבן קען מען הערן, ווי שלום לעמער שטעלט פֿאָר דעם חזן משה אוישערס נוסח פֿון „חד־גדיא‟, וואָס טראָגט שטאַרקע השפּעות סײַ פֿונעם טראַדיציאָנעלן חזנות, סײַ פֿון דזשעז.

אָט זינגט דער „זמירות־כאָר‟ זייער אייגענעם ייִדישן וואַריאַנט פֿון „חד־גדיא‟, וואָס מע האָט צוגעפּאַסט צום ניגון פֿונעם „פּינגווין־טאַנץ‟, אַ טאַנץ פֿון סאַודיע, וואָס איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער בײַ די חסידים מיט פֿיר יאָר צוריק.

אָט זינגט טובֿה בן־צבֿי „חד־גדיא‟ אויף ייִדיש אין דער איבערזעצונג פֿון יצחק לוקאָווסקי.

אָט קען מען הערן ווי אַ טראַדיציאָנעלע מאָראָקאַנישע ייִדישע קאַפּעליע שטעלט פֿאָר דאָס ליד אויף האַקאַטיִאַ און אַראַביש.

און אָט איז אַ טראַדיציאָנעלער נוסח פֿונעם ליד אויף דזשודעזמע:

Click here for the rest of the article...

„מה נשתּנה‟ — די פֿיר קשיות אויף ייִדיש און לשון־קודש

Image may be NSFW.
Clik here to view.

די „פֿיר קשיות‟ פֿון דער הגדה שטאַמען פֿון דער גמרא. צוליב דעם, וואָס דער מינהג פֿון פֿרעגן די פֿיר קשיות בײַם סדר איז אָנגענומען געוואָרן בײַ אַלע ייִדישע עדות זענען דאָ פֿאַרשידענע ניגונים, מיט וועלכע מע זינגט זיי. דערצו איז דאָ אַ מינהג בײַ ס׳רובֿ ייִדישע קהילות, אַז אַ קליין קינד זאָל פֿרעגן די קשיות. דערפֿאַר זענען דאָ נוסחאָות פֿונעם ליד אויף באַזונדערע ייִדישע שפּראַכן, ווײַל מע האָט געוואָלט, אַז דאָס קינד זאָל פֿאַרשטיין די ווערטער.

בײַ די חרדישע קרײַזן אין ישׂראל, אַפֿילו יענע וואָס רעדן שוין אויסשליסלעך העברעיִש, זינגט דאָס ייִנגסטע קינד ווײַטער די פֿיר קשיות אויף ייִדיש, און דאָס לשון־קודש איז אַרויסגערעדט מיטן אַשכּנזישן אַרויסרעד. דאָס זעלביקע זעט מען אין אַמעריקע בײַ די ענגליש־רעדנדיקע ליובאַוויטשער חסידים און אַפֿילו בײַ געוויסע וועלטלעכע ייִדישע משפּחות.

אין דער דאָזיקער חנעוודיקער רעקאָרדירונג קען מען הערן ווי דער פּאָפּולערער חסידישער זינגער „רבי אַלטער‟, באַגלייט פֿון אַ קינדערכאָר, שטעלט פֿאָר די פֿיר קשיות אויף ייִדיש און לשון־קודש.

Click here for the rest of the article...

דער נעכטיקער־טעגניק (קאַפּיטל 1)

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

אויפֿן טאַטנס לוויה

אַ ברוינער אַלט־מאָדישער וועקער, וואָס איז אויכעט געווען אַ ראַדיאָ, האָט פּלוצלינג זיך צעקלונגען אין דעם שטילן קליינטשיקן שלאָפֿצימער. די ווענט זענען געווען פּוסט און אַחוץ אַ געלעגער איז כּמעט גאָרנישט נישט געווען. כאָטש די פֿיגור וואָס איז געלעגן אין בעט איז געווען אַ יונגערמאַן, האָט ער שוין אויסגעזען ווי אַ קליין־וווּקסיק ייִדל, מיט דיקע שוואַרצע צעשויבערטע האָר און טיפֿע קנייטשן אין שטערן. פּאַמעלעך האָט ער אויפֿגעהויבן דעם קאָפּ פֿונעם נישט־אויסגעבעטן מאַטראַץ און מיט פֿאַרזשמורעטע אויגן געקוקט אויף די שײַנענדיקע רויטע ציפֿערן. אוי, שוין מיטאָג. זײַן גרויע מאָבילקע, מיט אַ קליינעם צעשפּאַלטענעם גלעזערנעם עקראַן, האָט זיך פּלוצעם אָנגעהויבן צו שאָקלען אויפֿן הילצערנעם טישל, וואָס איז געשטאַנען פֿאַרבאָרגן אין אַ ווינקל.

ער האָט געעפֿנט די מאָבילקע און זי געצויגן צום אויער.

„נתנאל! האָסט זיך ווידער פֿאַרשלאָפֿן. האָסט אונדז געדאַרפֿט טרעפֿן מיט אַנדערט האַלבן שעה צוריק!”

ער האָט געבעטן מחילה בײַ דער אויפֿגערעגטער ווײַבספּאַרשוין און זי געבעטן וואַרטן אויף אים. ער׳ט פֿאָרן אַהין מיט אַ טאַקסי, האָט ער צוגעזאָגט. „אָבער מיר זענען שוין אויפֿן בית־עולם!” האָט זי געשריגן. „ביסט אַזאַ קינד! אַלעמאָל אַזוי שפּעט. און יעצט אויפֿן טאַטנס לוויה אויך! וואָס איז מיט דיר? דו דאַרפֿסט זיך אויסמענטשלען, נתנדל!”

ער האָט פֿאַרמאַכט דאָס טעלעפֿאָנדל און געקוקט אויף די רויטע ציפֿערן פֿון וועקער, וואָס האָבן זיך באַלויכטן אַלץ ליכטיקער און דיקער. ס’איז אים שװער געװאָרן אויפֿן האַרצן. ס’האָט אים זיך אויסגעדאַכט, אַז ער איז אַן אָפּגעשלאָגענע הושענא, אָן אַ טאַטן און אָן אַ מאַמען. ער האָט באַגראָבן דעם קאָפּ אַלץ טיפֿער אין מאַטראַץ און זיך װידער אָנגעשטרענגט זיך צוצוהערן צו זײַן טאַטנס קול, װאָס שושקעט זיך משמעות פֿון דער װײַטנס…

„… און אײַער עלטער־עלטער־זיידע, ר׳ יאַנקל, פֿלעג שפּרײַזן דורך טיפֿע בלאָטעס צום ברונעם,” האָט ער געהערט זײַן טאַטן דערציילן אַזוי ווי ער פֿלעג עס טאָן, אַרומגייענדיק אַרום דעם שמאָלן, לאַנגן עסצימער מיט גרויסע טריט פּונקט ווי דער זיידע.

„דער גבֿיר פֿון שטאָט, וואָס איז אויכעט געפֿאָרן נאָך ‘מים שלנו’, האָט זיך אָפּגעשטעלט אויפֿן וועג און אים פֿאַרבעטן אין קאַרעטע אַרײַן, זיי זאָלן פֿאָרן צוזאַמען. אָבער דער זיידע האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון דעם כּבֿוד און מיט אַ פֿאַרשוויצט פּנים און אַ גוטמוטיקן שמייכל האָט ער זיך פֿאַרענטפֿערט בזה הלשון: די גרויסע מצווה אָנצוגרייטן ‘מים שלנו’ האָב איך בלויז איינמאָל אין יאָר, וויל איך זי מקיים זײַן בכל גופֿי ובכל מאודי.”

די לעצטע ווערטער „בכל גופֿי ובכל מאודי” האָט זײַן טאַטע איבערגעחזרט מיט געפֿיל און בשעת־מעשׂה אָנגעטײַטלט אַ פֿינגער אויפֿן בחורל, וואָס האָט געקוקט אויף אים מיט ייִנגלישע, פֿאַרגלאָצטע אויגן.

און וואָס טו איך יעצט מיט מײַן לעבן? גאָרנישט. נתנאל האָט אַרײַנגעקוקט אין דער ווײַסקייט פֿון דער וואַנט הינטערן וועקער און געמורמלט מיט דער זעלבער קינדישער באַוווּנדערונג פֿון אַמאָל: “בכל גופֿי ובכל מאודי…”

* * *

אַ געלער טאַקסי האָט זיך אָפּגעשטעלט פֿאַרן אַרײַנגאַנג פֿון בית־עולם און נתנאל איז אַרויס מיט אימפּעט. ער איז דורכגעלאָפֿן די פֿאַרדרייטע געסלעך פֿונעם „באַרג חבֿרון‟ און גלײַכצײַטיק צוגעבונדן אַ בלויען שניפּס אַרום זײַן צעקנייטשטן קראַגן.

דער גרויסער קווינסער בית־החיים איז באַשטאַנען פֿון אָן אַ שיעור רייען מצבֿות און געציילטע אוהלים, וואָס זענען געשטאַנען מאַיעסטעטיש צווישן די אַנדערע קבֿרים. אַזוי פֿיל מתים, אַזוי פֿיל לעבנס־געשיכטעס… נתנאל איז פֿאַרבײַ אַ מיטליעריק פּאָרפֿאָלק, וואָס איז געשטאַנען פֿאַר אַ גרויסער מצבֿה. דער מאַן האָט אַוועקגעלייגט אַ שטיינדל און ווידער געלייגט זײַן האַנט אויף דער פֿרויס אַקסל.

נתנאלס טאַטע, חיים מאָטע, האָט געוואָלט באַערדיקט ווערן צווישן זײַנע קאָלעגן און פֿרײַנד. נתנאל האָט נאָך געדענקט מיט ליבשאַפֿט דעם שטיינערנעם טויער, וואָס האָט אָפּגעהיט זייערע קבֿרים. אויף בולטע גאָלדענע אותיות איז געשטאַנען געשריבן: „ייִדישער שרײַבער קלוב.” ער האָט זיך דערנעטערט צום טויער און כּמעט ווי געזען דעם נידעריקן שלאַנקן געשטאַלט פֿון זײַן טאַטן, ווי ער פֿירט זײַן זינדל צווישן די קבֿרים. “אָט ליגט ר’ דובֿ בער. געווען אַ ריז און אַ געוואַלדיקער שרײַבער דערצו,” האָט חיים מאָטע אים דערציילט אויף זײַן ליבן דערציילערישן אופֿן, מיט איין האַנט אויף דער מצבֿה און דער צווייטער — אויף זײַן זונס שוואַרצן פֿאַרוואָקסענעם קאָפּ. “נישט פֿאַראַן קיין שום אָרט, אַפֿילו דאָס פֿאַרוואָרפֿנסטע שטעטל, וועלכע ער האָט נישט באַזוכט.”

אויף דער דאָזיקער מצבֿה האָט דאָס יונגע נתנדל גענומען גלעטן די גרויסע אותיות וואָס זענען אויף איר געווען טיף אײַנגעקריצט: פּ”נ ר’ דובֿ בער בלאַט… בשעת ער האָט זיי געריבן האָט עפּעס אַ באַהאָרטע דיקלעכע צורה גענומען אים שוועבן פֿאַר די אויגן. געזעסן איז דאָס בחורל אויף די שטיגן פֿונעם גאַניקל פֿון אַן אַלטער כאַטע. אויף דעם גאַניקל גופֿא זענען געזעסן צוויי מענער, איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן. דער מיט דער דיקלעכער צורה, מיט די געדיכטע געפֿעפֿערטע ברעמען, האָט געהאַלטן אין פֿאַרשרײַבן עפּעס אין אַ ברוינעם העפֿט, אויף זײַן שויס. דער צווייטער איז געווען אַן אַלטיטשקער, אַן עניוותדיקער געשטאַלט, וואָס האָט גערעדט צו אים מיט שטילינקע ווערטער.

„נו, וואָס זאָגט ער עפּעס?” האָט חיים מאָטע געפֿרעגט בײַ נתנאל. דאָס קינד האָט אַראָפּגעלאָזט די האַנט פֿון מצבֿה און אַרויפֿגעקוקט אויפֿן טאַטן מיט פֿאַרצווייפֿלטע אויגן. „ס’וועט קומען מיט דער צײַט,” האָט חיים אים פֿאַרזיכערט און אַ גלעט געטאָן זײַנע ווילדע האָר.

נתנאל האָט אָפּגעווישט זײַנע פֿײַכטע אויגן און איז פֿאַרבײַ געגאַנגען צענדליקער רייען מצבֿות. פֿון דער ווײַטנס האָט ער דערזען די לוויה און האָט שטילערהייט זיך אַרײַנגעשאַרט אינעם עולם אבֿלים.

* * *

„דו דאַרפֿסט זיך נעמען אין די הענט אַרײַן,” האָט נתנאלס שוועסטער, דינה, געזאָגט מיט בייזינקע אייגעלעך, באַהאַלטן אונטער דיקלעכע שוואַרצע ברילן. „דו ביסט אַזאַ בעל־חלומות, פּונקט ווי דער טאַטע איז געווען, אָן זיצפֿלייש און אָן שׂכל.”

ברודער און שוועסטער זענען געשטאַנען אַליין פֿאַר אַ ריזיקער מצבֿה, געמאַכט פֿון מירמלשטיין. נתנאל האָט געקוקט אויף דעם לאַנגן, ברייטן שפּאַלט וואָס האָט צעטיילט די מצבֿה אויף צווייען. אויף דעם רעכטן צד איז געשטאַנען זײַן שוועסטער און, אויף דעם לינקן, נתנאל אַליין. דינהלעס אויגן זענען גרינינקע ווי דער מאַמענס, האָט זיך אים געדאַכט, אָבער דער מאַמענס זענען װייניקער בייזלעך. נו, אפֿשר זענען דער מאַמענס יאָ געווען אַזוי בייזלעך. ער האָט נישט געדענקט די מאַמע אַזוי גוט און, מיט יעדן יאָר נאָך איר פּטירה, איז איר געזיכט אין זײַן זכּרון געוואָרן אַלץ שוואַכער און שוואַכער.

„פֿאַר וואָס באַרעדסטו דעם טאַטן? אַ קינד מוז אָפּגעבן דעם טאַטן כּבֿוד אַפֿילו נאָך זײַן פּטירה,” האָט נתנאל איר געזאָגט מיט אַ שוואַכן ציטערדיקן קול.

„אָפּגעבן כּבֿוד? ער האָט אַלעמאָל געלעבט אין דעם עבֿר, אַ נעכטיקער טאָגניק איז ער געווען, און עס ווײַזט זיך אויס, אַז דו האָסט געירשנט זײַן פֿאַרשאָלטענע עקשנותדיקייט!”

„וואָס איז דער מער מיטן זוכן די נעכטיקע טעג? דער טאַטע האָט אַלעמאָל געזאָגט, אַז מע דאַרף צוריקקוקן, כּדי פֿאָרויסצוגיין. דער עבֿר איז דאָך וויכטיק.”

דינה האָט אַ דריי געטאָן מיט די אויגן. “דער עבֿר האָט אים אַוועקגעצויגן פֿון דער משפּחה, פֿון זײַנע אַחריותן.”

„פאַרקערט. דער עבֿר האָט אים געלערנט וואָס עס הייסט משפּחה, וואָס עס הייסט צו זײַן אַחריותדיק. און מיר האָבן זיך אָפּגעלערנט פֿון אים דורך זײַנע מעשׂות און לעגענדעס.”

„נישט איך האָב זיך אָפּגעלערנט! דיר האָט ער אײַנגערעדט אַ קינד אין בויך,” האָט זי געשאָקלט מיטן קאָפּ, “שטענדיק דיר דערציילט אויסטערלישע מעשׂות. זיי זענען אַלע געווען באָבע־מעשׂות.”

„ניין, זיי זענען מעשׂה־שהיהס,” האָט נתנאל געענטפֿערט אַ ביסל העכער און חוצפּדיקער ווי פֿריִער. “ער האָט זיי אַליין איבערגעלעבט!”

„וואָס רעדסטו? זיי זענען געשען מיט הונדערטער יאָרן צוריק.”

„אָבער —”.

„ניין,” האָט זי אים איבערגעהאַקט, „גענוג שוין מיטן פּלאַפּלערײַ. איך קען עס מער נישט פֿאַרטראָגן.” דינה האָט אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט און איז אַוועק מיט כּעס.

נתנאל האָט זיך שטילערהייט צעוויינט פֿאַר דער גרויסער מצבֿה פֿון טאַטע-מאַמע. שוין יאָרן לאַנג זינט זײַן מאַמענס לוויה און ער האָט איר קבֿר נאָך נישט באַזוכט. איר געצויגענע, פּײַנעוודיקע קרענק האָט דעמאָלט געשטערט די גאַנצע משפּחה. און דער טאַטע איז געוואָרן אַ דערשלאָגענער, מער נישט געווען דער זעלבער וואָס פֿריִער. נתנאל האָט איבערגעלייענט די אויפֿשריפֿט אויף דער מאַמענס קבֿר: פּ״נ צפּרה פֿויגלמאַן. אַ ליבינקע מאַמעניו, אַ טײַערער מענטש, א שאַפֿערישע נשמהניו. ער האָט געוואָלט פֿאַרשטיין דעם באַדײַט פֿון די ווערטער. וואָס הייסט ליבינקע מאַמעניו? ער געדענקט זי קוים. און שאַפֿעריש? וואָס האָט זי געמאַכט בחייה? עס װילט זיך וויסן. ער האָט זיך אויפֿגעשטעלט און זיך אַ רגע געוואַקלט.

„בכל גופֿי ובכל מאדי,” האָט ער זיך דערמאָנט, ליבלעך געשמייכלט, און גענומען רײַבן די אותיות פֿון אויפֿשריפֿט און זײַן מאַמענס יונג פֿריש פּנימל האָט כּהרף־עין געשוועבט פֿאַר זײַנע אויגן.

Click here for the rest of the article...

איז דער הײַנטיקער כּהן־מיוחס טאַקע אַזאַ מיוחס?

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

ווי א כהן מיטן נאמען כהנא, קומט מיר לעצטנס אויס זיך אביסל אריינצוטון אין דעם נושא פון א כהן, וויאזוי דער כהן ווערט פארערט ביים פאלק, זיינע אויפגאבעס און זיינע איסורים, און וואס עס מיינט היינט צו זיין א כהן. 

לאמיר כאפן א בליק אין דער וועלט פון דער היינטיגער כהונה:

פרומע אידן וועלן ארויסווייזן א שטיקל ערע צום כהן. ווען איינער שטעלט זיך פאר ווי א כהן אדער מיט א נאמען וואס צייגט זיין כהונה, וועט ער אפט מאל שיין באגריסט ווערן. דאס גייט שוין אזוי אטאמאטיש: „אַאַ, א כהן?! פששש…‟ טייל שפירן באמת א זכות זיך צו באגעגענען אדער האבן א שייכות מיט א כהן. ביי טייל איז אפילו א יחוס זיך משדך צו זיין מיט א כהן. 

Click here for the rest of the article...

פּסח־סדר אין „שלום־עליכם־פֿאָלקשול 21‟ — 1964

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

1

יעדע ייִדישע גרופּע וועט פּרוּוון צופּאַסן דעם פּסחדיקן סדר, ער זאָל שטימען מיט די ווערטן פֿון אירע מיטגלידער. בײַ די אַמעריקאַנער ייִדישיסטן אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט מען געשאַפֿן אַ ריי „ייִדישיסטישע‟ הגדות, וואָס האָבן זיך באַנונצט מיט די טראַדיציאָנעלע סימבאָלן פֿון פּסח אויף אַ נײַעם אופֿן.

די גאָר־לינקע קרײַזן, ווי למשל, אין די „אָרדן‟־שולן האָבן באַטאָנט ווי אַזוי מע קען פֿאַרשטיין די באַפֿרײַונג פֿון די ייִדישע שקלאַפֿן ווי אַ משל, וואָס רעדט וועגן דעם מצבֿ פֿון די אָרעמע אַרבעטער אין אַ קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם. אַנדערע גרופּעס האָבן באַטאָנט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, וואָס איז פֿאָרגעקומען פּסח־צײַט, ווי אַ נײַעם עפּיזאָד אינעם אייביקן קאַמף פֿאַר פֿרײַהייט. אַנדערע, ווי למשל, די פּועלי־ציוניסטן, האָבן דערהויבן דעם אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל ווי אַ היסטאָריש געשעעניש, ענלעך צום מאָמענט אין חומש, ווען די ייִדן זענען אָנגעקומען אין כּנען נאָכן יציאת־מצרים.

אונדזער קאָלעגע מרים האָפֿמאַן האָט אונדז געבראַכט זייער אַן אינטערעסאַנטע רעקאָרדירונג פֿון אַזאַ מין ייִדישיסטישן פּסח־סדר, וואָס זי האָט געהאָלפֿן אויפֿפֿירן אין 1964. דער סדר, וואָס עס האָבן געמאַכט די קינדער בײַם „שלום־עליכם־שול 21‟ אויף ביינברידזש־עוועניו אין בראָנקס, איז אַ ביסל מער טראַדיציאָנעל ווי דער טיפּישער ייִדישיסטישער סדר פֿון יענעם דור: מע הערט אַ סך טראַדיציאָנעלע ברכות און מע נעמט אַרײַן ס׳רובֿ פֿון די הויפּט־מאָמענטן פֿונעם סדר אַזוי ווי די „פֿיר קשיות‟ און „דיינו‟. דערצו זינגט מען אַ ריי ייִדישע לידער וועגן פּסח (מאָריס ראָזענפֿעלדס „אין דעם לאַנד פֿון פּיראַמידן‟ און אַבֿרהם רייזענס „אויפֿן ניל‟ און „זאָג מאַראַן‟) און אַ ייִדישן נוסח פֿון „חד־גדיא‟. אינעם חורבן־טייל פֿון דער פּראָגראַם זינגט מען דעם פּאַרטיזאַנער הימען „זאָג ניט קיינמאָל‟ און „אַני מאמין‟ און מע רעציטירט אַ טייל פֿון בינעם העלערס „אין וואַרשעווער געטאָ איז איצט חודש ניסן‟. צוליב דעם וואָס די „שלום־עליכם‟־שולן זענען געווען ציוניסטיש־געשטימט, הערט מען אויך בײַם סוף פֿונעם סדר ווי מע זינגט „התּיקווה‟.

דעם סדר האָבן אָרגאַניזירט און אָנגעפֿירט מרים האָפֿמאַן און בלומע לעדערהענדלער. אין דער פּראָגראַם האָבן אָנטייל גענומען אַ ריי קינדער, וואָס זענען שפּעטער געוואָרן באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס, אַרײַנגערעכנט דעם אַקטיאָר אַבֿי האָפֿמאַן, דעם היסטאָריקער דוד פֿישמאַן און אונדזער מיטאַרבעטער איציק גאָטעסמאַן.

Click here for the rest of the article...

„די געפֿערלעכע מצה‟ פֿון שלום־עליכם

Image may be NSFW.
Clik here to view.

Image may be NSFW.
Clik here to view.

אַמאָל איז געווען אַ מלך. דער מלך איז געווען אַ גרויסער און אַ שטאַרקער, נאָר ער האָט נישט ליב געהאַט קיין ייִדן. האָט ער אַרויסגעגעבן אַלע מאָל אויף זיי נײַע גזירות, ווי פּרעה מלך מצרים.

איינמאָל — פּסח איז דאָס געווען — האָבן זיך צונויפֿגעקליבן בײַ אים אין סענאַט אַלע מיניסטאָרן און מע האָט זיך אַוועקגעזעצט טראַכטן, וואָס פֿאַר אַ נײַע גזירה זאָל מען אַרויסגעבן אויף די ייִדן?

ייִדן זאָלן נישט טאָרן זיצן אומעטום — איז שוין דאָ. ייִדן זאָלן ניט טאָרן זײַן קיין אָפֿיצירן — איז שוין דאָ. ייִדישע קינדער זאָלן נישט טאָרן זיך לערנען אין די גימנאַזיעס — איז שוין דאָ.

איז איינעם אײַנגעפֿאַלן, ער זאָל אַרויסטרעטן קעגן מצה. איז ער אַרויס מיט אַ מסירה — אַזוי און אַזוי. דײַנע ייִדלעך, אַז עס קומט פּסח, באַקן זיי אָן אויף אַכט טעג כּסדר אַזעלכע טרוקענע קײַלעכיקע קאָרזשעקלעך, וואָס מע רופֿט זיי מצה. ווער ווייסט, וואָס דאָס איז פֿאַר אַ מין מאכל! עס וואָלט געווען מער ווי רעכט, מע זאָל זיי פֿאַרבאָטן עסן מצה.

האָט זיך דער מלך פֿאַרטראַכט און האָט אַרויסגעגעבן אַ באַפֿעל, מע זאָל אים ברענגען אַ מצה.

האָט מען זיך געלאָזט איבער דער הויפּטשטאָט זוכן אַ ייִדן, נאָר מע האָט נישט געקאָנט געפֿינען קיין ייִדן. און אַז מע האָט געפֿונען אַ ייִדן און געפֿאָדערט פֿון אים אַ מצה פֿאַרן מלך, האָט ער געשוווירן, אַז ער עסט נישט קיין מצה. (די ייִדן האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָ מוז זײַן אַ נײַע גזירה).

קוים מיט צרות, מיט לײַד האָט מען געפֿונען אַ ייִדן, וואָס האָט נישט מורא געהאַט אויסצוזאָגן, אַז ער עסט מצה. און מע האָט גענומען בײַ אים אַ מצה און מע האָט געבראַכט די מצה אין סענאַט פֿאַרן מלך.

דערזען די מצה, איז זי דעם מלך געפֿעלן געוואָרן, און ער האָט זי פֿאַרזוכט און שטיקלעכווײַז געגעסן, ביז ער האָט זי אויפֿגעגעסן.

און אַז ער האָט זי אויפֿגעגעסן, האָט זיך דער מלך געפֿילט נישט גוט. און אַלע מאָל ערגער און ערגער. און אַז ס׳איז אים געוואָרן גוט שלעכט, האָט מען אַראָפּגעבראַכט די בעסטע דאָקטוירים מיט די גרעסטע פּראָפֿעסאָרן פֿון לאַנד, און זיי האָבן אויסגעפֿונען, אַז בײַם מלך אין בויך געפֿינט זיך עפּעס אַ זאַך, וואָס טוט אים צום טויט.

האָט דער גרעסטער פֿון די פּראָפֿעסאָרן צוגעלייגט אַן אויער צום מלכס בויך און גענומען זיך צוהערן. הערט ער, ווי עמעצער זינגט דאָרטן. רופֿט ער זיך אָן צום מלך: „אַדוני קעניג! אויב דו וועסט מיר דערלויבן, וועל איך זיך דורכריידן מיט דעם, וואָס געפֿינט זיך בײַ דיר אין בויך‟.

זאָגט צו אים דער מלך: רייד.

רופֿט זיך אָן דער פּראָפֿעסאָר צו דעם וואָס בײַם מלך אין בויך: „זאָג מיר, ווער ביסטו?‟

ענטפֿערט אים יענער: „איך בין אַ ייִד‟.

„וואָס טוטסטו דאָ?‟

„גאָרנישט.‟

„אפֿשר וואָלטסטו אַרויס?‟

„איך וויל נישט‟.

„פֿאַר וואָס?‟

„דאָס איז מײַן עסק‟.

„גייסטו אַרויס, באַקומסטו אַ מתּנה‟.

„מיר ווייסן שוין, וואָסער אַ מתּנה: מע שיקט מיך אַרויס אין פֿיר און צוואַנציק שעה‟.

„פֿאַר וואָס?‟

„דערפֿאַר, וואָס איך בין אַ ייִד, און אַ ייִד טאָר דאָ נישט זײַן‟.

„אָבער אַז מע וועט דיר צוזאָגן, אַז דו מעגסט דאָ זײַן?‟

„מיר אַליין איז בלאָטע; איך וויל, אַז אַלע ייִדן זאָלן דאָ מעגן זײַן‟.

פֿונעם דאָזיקן שמועס האָט דער מלך זיך געפֿילט זייער נישט גוט. דער ייִד האָט גערעדט מיט הענט און מיט פֿיס און מיט אַלע אבֿרים, און דער מלך האָט געמיינט, אַז ס׳איז אַן עק פֿון זײַן לעבן. האָט ער אָנגעהויבן בעטן בײַ די פּראָפֿעסאָרן, זיי זאָלן מאַכן אַן עק. רופֿט זיך אָן דער עלטסטער פֿון די פּראָפֿעסאָרן צו דעם וואָס בײַם מלך אין בויך: „דער מלך זאָגט דיר צו, אַז דו וועסט דאָ מעגן זײַן וויפֿל דו ווילסט‟.

„האָב איך דאָך געזאָגט שוין, אַז פֿאַר מיר אַליין איז בלאָטע; איך וואָלט וועלן, אַז אַלע ייִדן זאָלן מעגן‟.

„גוט, אַלע ייִדן וועלן מעגן, אַבי גיי אַרויס וואָס גיכער‟.

„ווער זאָגט דאָס?‟

„דאָס זאָגן מיר, דאָקטוירים, נאָר אַזוי איז דער ווילן פֿונעם מלך‟.

„פֿון וואַנען ווייס איך דאָס?‟

„האָסט דאָך געהערט, ווי דער מלך זאָגט‟.

„דער מלך זאָגט — דאָס איז נאָך אַלץ ווייניק. איצט, אַז סע טוט אים וויי, זאָגט ער; שפּעטער, אַז ס׳וועט אים אויפֿהערן וויי טאָן, וועט ער זאָגן עפּעס אַנדערש. אַזוי ווי פּרעה מלך מצרים‟.

„וואָס זשע ווילסטו?‟

„וויל איך, ער זאָל עס חתמענען, אַרויסגעבן אויף פּאַפּיר, דורכפֿירן דורכן סענאַט‟…

און דער ייִד, וואָס בײַם מלך אין בויך, האָט גענומען אַזוי שטאַרק וואַרפֿן מיט הענט און מיט פֿיס, אַז דער מלך האָט שוין מער נישט געקאָנט איבערטראָגן די ווייטיקן. האָט ער געהייסן, מע זאָל צונויפֿרופֿן די מיניסטאָרן און מע זאָל אָנשרײַבן אַ פּאַפּיר, צולייגן דעם מלכס חתימה און דורכפֿירן דורכן סענאַט אַ נײַעם געזעץ, אַז ייִדן מעגן וווינען דאָ אין דער קרוינשטאָט און אומעטום אינעם גאַנצן לאַנד פֿראַנק און פֿרײַ — והכּל שריר וקיים.

און ווי נאָר דער ייִד האָט דאָס דערהערט, האָט ער זיך געגעבן אַ שפּאַר־אַרויס דורכן מינדסטן פֿינגערל פֿונעם מלכס לינקער האַנט, זיך פֿאַרנייגט פֿאַרן גאַנצן סענאַט און איז גלײַך אַוועק צו זײַנע ברידער זוכן געשעפֿט.

Click here for the rest of the article...
Viewing all 767 articles
Browse latest View live


<script src="https://jsc.adskeeper.com/r/s/rssing.com.1596347.js" async> </script>